Vayter

ייִדישע לידער לכּבֿוד דעם 4טן יולי

Yiddish Songs in Honor of July 4th

פֿון יעקבֿ ניילער

  • Print
  • Share Share

די ייִדן, ווי אַ סך אימיגראַנטישע גרופּעס, האָבן געוואָלט סײַ זיך אַסימילירן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט און סײַ אָנהאַלטן זייערע וואָרצלען. איין אופֿן, ווי אַזוי מע האָט געקענט אויסדריקן שטאָלצקייט צו זײַן אַן אַמעריקאַנער און אין דער זעלביקער צײַט פֿײַערן די אייגענע קולטור, איז געווען צו זינגען אַמעריקאַנער לידער אויף ייִדיש. במשך פֿון די יאָרן פֿון דער מאַסן־אימיגראַציע קיין אַמעריקע (1881־1924) האָט מען געשאַפֿן אַ סך פֿאַרשידענע נוסחאות פֿון פּאַטריאָטישע אַמעריקאַנער לידער.

לכּבֿוד דעם פֿערטן יולי און דעם 239סטן געבורטסטאָג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן ברענגען מיר אַ פּאָר פֿון די סאַמע־בעסטע פֿון אַזעלכע ייִדישע פּאַטריאָטישע לידער, געזונגען דורכן „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקס־כאָר‟.

דער נאַציאָנאַלער הימען:

אָט זינגט דער „פֿאָלקס־כאָר‟ דאָס ליד „אַמעריקע די שיינע‟ אויף ענגליש און ייִדיש.

און אָט זענען צוויי פּאַטריאָטישע לידער, וואָס מע האָט לכתּחילה געשריבן אויף ייִדיש.

„אַמעריקע‟ פֿון זישע ווײַנפּער:

און אַ קורץ ליד לכּבֿוד דעם 4טן יולי, פֿון אליקום צונזער: