אַלכּסנדר האַרקאַווי, וואָס איז געבוירן געוואָרן דעם 5טן מײַ 1863 אין דער מינסקער גובערניע פֿון דער רוסישער אימפּעריע, האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט אַ סך זאַכן און געוווינט אין עטלעכע לענדער. געלערנט אין ייִדישע שולן, געשריבן פֿאַר אַ סך צײַטשריפֿטן, אַרײַנגערעכנט דעם „פֿאָרווערטס‟, געשאַפֿן די ערשטע ייִדישע צײַטונג אין קאַנאַדע, אַרויסגעגעבן אַ צײַטונג אין באַלטימאָר, און געאַרבעט ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון „האַיאַס‟ (HIAS) אין „עליס אײַלענד, וווּ ס‘האָט זיך געפֿונען די אויפֿנעם־סטאַנציע פֿאַר די עמיגראַנטן.
אָבער באַקאַנט איז ער, דער עיקר, ווי „דער וועבסטער‟ (Noah Webster) פֿון דער ייִדישער שפּראַך. זײַן נאָמען ווערט אַסאָציִיִרט מיטן ווערטערבוך, וואָס שטייט אויף די פּאָליצעס פֿון טויזנטער לייענער פֿון ייִדיש. בפֿרט נאָך, אַז די אויפֿלאַגע פֿון יאָר 1928 איז אין פֿערציק יאָר אַרום איבערגעדרוקט געוואָרן, און מע קען זי קויפֿן אין ביכער־געשעפֿטן און אין אינטערנעץ.
דאָס דאָזיקע בוך האָט זיך ניט באַוויזן פֿון דער העלער הויט. דאָס איז שוין געווען די פֿערטע אויפֿלאַגע פֿון האַרקאַוויס ייִדיש-ענגליש-העברעיִשן ווערטערבוך. און נאָך פֿריִער, זינט 1891, האָט ער געדרוקט אויך אַנדערע ווערטערביכער, סײַ ענגליש-ייִדישע סײַ ייִדיש-ענגלישע. ער האָט אָנגעשריבן אויך אַנדערע ניצלעכע טעקסטן — לערנביכער און בריוון־שטעלערס.
בריוון־שטעלערס זײַנען אַ מאָל געווען פּאָפּולער. קודם-כּל, האָבן זיי געלערנט דעם עולם, ווי אַזוי צו שרײַבן בריוו. אָבער אַ סך פֿון זיי האָבן כּולל געווען אויך אַנדערע „וויכטיקע ידיעות‟ — אַזוי האָט דעם אָפּטייל אין זײַן „אַמעריקאַנישן בריוון־שטעלער און ספּעלער‟ (אַרויס אין ניו-יאָרק אין 1902) אָנגערופֿן האַרקאַווי. דאָס וואָרט „ספּעלער‟ איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ פֿאַרייִדישטער נוסח פֿון speller. דער לייענער איז באַרײַכערט געוואָרן מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן, אַ שטייגער, די פּרײַזן פֿאַר שיקן אַ טעלעגראַם אין פֿאַרשיידענע לענדער. למשל, איין וואָרט אין אַ טעלעגראַם, אָפּגעשיקט צו אַן אַדרעסאַט אין דײַטשלאַנד, ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך האָט אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געקאָסט 25 סענט, אין רוסלאַנד — 43 סענט, מעלבורן — 1.43 דאָלאַר, מעקסיקע — 1.85 דאָלאַר.
האַרקאַווי האָט אויך צונויפֿגעשטעלט אַ רשימה ענגלישע ווערטער, וואָס ייִדן פֿלעגן „פֿאַרגרײַזן אין רעדן‟. למלש: „אָלעווייטער” (elevator), „אַספּאָז‟ (I suppose), „אַפּרייטער‟ (operator), „דרוגיסט‟ (druggist), „ווויסטער‟ (worse), „סיטיזנער‟ (citizen), „פּריטיקעלע‟ (particular) און „שאַראַפּ‟ (shut up).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.