Vayter

טשיקאַווע זאַכן וועגן ישׂראל

Curious Facts About Israel

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

פֿון אַ ישׂראלדיקער קו קען מען, בדרך-כּלל, אָנמעלקן מער מילך איידער פֿון אַ קו אין אַן אַנדער לאַנד. דרום-קאָרעע איז דאָס איינציקע לאַנד, וווּ בהמות קענען קאָנקורירן מיט זייערע שוועסטער אין ישׂראל. בינו-לבינו, זײַנען די ישׂראלדיקע געלערנטע געקומען צו אַ וויכטיקן אויספֿיר: די מילך פֿון אַ זשיראַף איז כּשר.


דער קליי אויף די ישׂראלדיקע פּאָסט-מאַרקעס איז אפֿשר ניט געשמאַקער פֿון אַנדערע קלייען, אָבער זײַן מעלה איז, אַז ער איז כּשר.


אין ישׂראל זײַנען דאָ אַריבער 40 כּשרע „מאַקדאָנאַלדסן‟. מחוץ-לאָרץ איז אַ כּשרער „מאַקדאָנאַלדס‟ פֿאַראַן נאָר אין איין שטאָט — בוענאָס-אײַרעס.


אין יאָר 1966 איז דער שרײַבער ש”י (שמואל יוסף) עגנון געוואָרן דער ערשטער ישׂראלדיקער נאָבעל-לאַורעאַט. עגנון האָט געשריבן אויך אויף ייִדיש, אָבער זײַן נאָבעל-פּרעמיע האָט ער געקראָגן ווי אַ העברעיִשער שרײַבער. עד-היום, האָבן צען ישׂראלים באַקומען נאָבעל-פּרעמיעס, דרײַ פֿון זיי — „פֿאַר שלום‟, וואָס מע דאַרף פֿאַרטײַטשן ווי באַמיִונגען צו דערגרייכן עפּעס אַ שלום.


יאָר-אײַן יאָר-אויס לאָזט מען איבער אין כּותל-מערבֿי בערך אַ מיליאָן קוויטלעך. מע קלײַבט זיי צונויף צוויי מאָל אַ יאָר — ערבֿ פּסח און ראָש-השנה.


אַ חוץ ישׂראל, זײַנען דאָ נאָך צוויי דעמאָקראַטישע מדינות, וועלכע עס גיט זיך אײַן צו עקזיסטירן אָן אַ קאָנסטיטוציע. דאָס זײַנען גרויס-בריטאַניע און נײַ-זילאַנד.


אין ישׂראל קענען די שומרי-שבת האָבן אַ ביליקערע פֿאַרזיכערונג אויף די אויטאָס.