נפֿתּלי־הערץ כּהן (1910–1971) איז דאָ אָנגערופֿן געוואָרן ווי אַ „כּמעט סאָוועטישער‟ דיכטער, ווײַל אין דער סאָוועטישער מלוכה האָט ער פֿאַרבראַכט נאָר אַ טייל פֿון זײַן לעבן. אַ געבוירענער אין בוקאָווינע, הײַנט איז עס אַ טייל פֿון אוקראַיִנע, איז ער יונגווײַז פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט די אידעען פֿון סאָציאַליזם. כּהן איז געווען קוים צוואַנציק יאָר אַלט ווען מע האָט אים אַרעסטירט אין פּוילן, אָבער אין 1932 איז ער באַפֿרײַט געוואָרן דורך אַ צונויפֿגערעדטקייט מיטן סאָוועטישן צד, לויט וועלכער אים האָט מען אַרויסגעשיקט קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
בײַם אָנהייב האָט כּהן באַקומען אַ מעגלעכקייט זיך באַשעפֿטיקן מיט ליטעראַרישער טעטיקייט. אין יאָר 1935 איז אין מינסק אַרויס זײַן לידער־זאַמלונג „טראָט נאָך טראָט‟. אָבער דאָס האָט געדויערט ניט לאַנג. אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז אים אויסגעקומען צו זײַן אַרעסטירט צוויי מאָל: אין 1937 און אין 1948.
דאָס ערשטע מאָל האָט מען אים אַרויסגעלאָזט אין 1941, און ער איז אין קורצן געוואָרן אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ייִדישער צײַטונג „אייניקייט”, וועלכע עס האָט אַרויסגעגעבן דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט. פֿאַר „אייניקייט‟ האָט כּהן געשריבן פֿון טשערנאָוויץ, וווּ ער האָט זיך מיט זײַן משפּחה באַזעצט נאָך דעם, ווי די שטאָט איז ווידער געוואָרן אַ סאָוועטישע.
דאָס צווייטע מאָל איז ער געזעסן אין די סאָוועטישע לאַגערן לענגער. די רעהאַביליטאַציע איז געקומען נאָר אין יאָר 1956. לסוף, האָט ער און זײַן משפּחה באַקומען אַ דערלויבעניש אַרויסצופֿאָרן קיין פּוילן. אָבער דאָס שלימזל האָט אים ניט אָפּגעלאָזט אויך מחוץ דער סאָוועטישער מלוכה. אין פּוילן איז ער ווידער אַרעסטירט געוואָרן, אין יאָר 1963. אָפּגעהאַלטן האָט מען אים אין משך פֿון 15 חדשים. דערנאָך האָט ער זיך באַזעצט אין ישׂראל, וווּ זײַן שווערער וועג אויף דער ערד האָט זיך פֿאַרענדיקט אין 1971.
בײַם אַרעסטירן כּהנען האָט די פּוילישע פּאָליציי קאָנפֿיסקירט זײַנע פּאַפּירן. אַזוי פֿלעגט מען עס טאָן אויך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אָבער דאָרטן פֿלעגט מען, בדרך־כּלל, פּטור ווערן פֿון אַלע פּאַפּירן, וועלכע מע האָט ניט געקענט אויסנוצן ווי באַשולדיקונג־דאָקומענטן. אָבער אין פּוילן האָבן זיי זיך אָפּגעהיט אין דעם וואַרשעווער שטאָטישן אַרכיוו. האָבן כּהנס טעכטער, אינאַ (וווינט אין ניו־יאָרק) און וויטאַ (וווינט אין ישׂראל), געוווּנען לעצטנס זייער אַ שווערן לעגאַלן קאַמף און באַקומען זייער פֿאָטערס עזבֿון: דעם 5טן מאַרץ האָט מען זיי איבערגעגעבן 15 טעקעס מיט כּתבֿ־ידן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.