Vayter

ייִדישע דיכטער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד

Yiddish Poets in the Soviet Union

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share
אַ מאַטעריאַל־אָרט וווּ ס׳איז געשטאַנען די שיל אין הײַדעלבערג

אַ קאָנפֿערענץ אויף אַזאַ טעמע האָט מען דורכגעפֿירט אין הײַדעלבערג, דײַטשלאַנד, אין דעצעמבער 2008. די ווערק און דער גורל פֿון סאָוועטישע ייִדישע דיכטער הערן ניט אויף צו אינטערעסירן פֿאָרשער פֿון ליטעראַטור און געשיכטע. טיילווײַז איז עס פֿאַרבונדן מיטן טאַלאַנט פֿון די פּאָעטן, און טיילווײַז האָט עס צו טאָן מיט די באַציִונגען, וועלכע זיי האָבן געהאַט מיט דער קאָמוניסטישער מלוכה. די רייד גייט, בדרך-כּלל, וועגן אַזעלכע ייִדישע פּען-מענטשן ווי לייב קוויטקאָ, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, משה קולבאַק, איזי כאַריק, זעליק אַקסעלראָד און שמואל האַלקין.

אָט זײַנען אַ פּאָר אילוסטראַציעס פֿון דעם אינטערעס:

דער פֿאַרלאַג פֿון דעם יעל-אוניווערסיטעט האָט ניט לאַנג צוריק אַרויסגעגעבן דאָס מײַסטער-ווערק פֿון משה קולבאַק „זעלמעניאַניער‟, איבערגעזעצט דורך דעם מײַסטער-איבערזעצער הלל האַלקין. די הקדמה און קאָמענטאַרן האָט צוגעגרייט דער ליטעראַטור-קענער סאַשאַ סענדעראָוויטש. זען: //yiddish.forward.com/articles/167610/senderovich

אין דעם פֿרישן נומער פֿונעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟, וואָס איז מער ענלעך אויף אַן אַנטאָלאָגיע פֿון הײַנטיקער ליטעראַרישער שאַפֿונג, איז פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ליד פֿון דעם ישׂראלדיקן (און אַ מאָל מאָסקווער) דיכטער וועלוול טשערנין „איבער קוויטקאָס שפּורן‟. דער לירישער העלד זוכט, אָבער געפֿינט ניט קיין סימנים, איבערגעלאָזט פֿון לייב קוויטקאָס יאָרן, פֿאַרבראַכט אין בערלין און האַמבורג:

דער נאַסער שניי צו דעם ניטל פֿליט.
דאָ אום חנוכּה
וועט ניט זײַן קיין נס.
אַ לאַנג פֿאַרשטאָרבענער איז סתּם אַ מת,
נאָר ערגעץ קלינגט אַרום
לייב קוויטקאָס ליד.

אין די סאַמע גראָדליניקע, דער עיקר, זשורנאַליסטישע, אָפּהאַנדלונגען ווערן די סאָוועטישע ייִדישע דיכטער פֿאָרגעשטעלט ווי שיִער ניט דיסידענטן. און פֿון דעם וואַקסט אויס די „לאָגיק‟ פֿון די גזירות מצד דער רעגירונג. אין דער אמתן, זײַנען זיי קיין קעגנער פֿון דעם רעזשים ניט געווען. נאָך מער: ס‘רובֿ צי אַפֿילו אַלע זײַנען זיי געווען געטרײַע סאָוועטישע בירגער. אַן ערך יעדער צווייטער פֿון זיי איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער פּאַרטיי. עטלעכע פֿון זיי האָבן אין די 1920ער יאָרן געוווינט אין אויסלאַנד, אָבער זיי האָבן באַשלאָסן, אַז זייער אָרט איז געווען אין דער סאָוועטישער מדינה.

אין 2012 איז אין הײַדעלבערג אַרויס אַ זאַמלבוך, Yiddish Poets and the Soviet Union, 1917-1948, רעדאַקטירט דורך דאַניעלאַ מאַנטאָוואַן, וואָס האָט געהאַט אָרגאַניזאַטאָרין די קאָנפֿערענץ. געווידמעט איז דער באַנד דעם אָנדענט פֿון יוסף שערמאַן (1944–2009), וואָס האָט זיך אויך אַקטיוו באַטייליקט אין דעם צוגרייטן די דאָזיקע קאָנפֿערענץ. אָבער גלײַך נאָך איר סוף איז ער זייער שווער קראַנק געוואָרן און מיט עטלעכע חדשים שפּעטער געשטאָרבן.

אַ חוץ די מער באַקאַנטע פּאָעטן, איז דער באַנד כּולל עסעען וועגן צוויי דיכטערינס, וועלכע מע דערמאָנט זייער זעלטן. איינע פֿון זיי, חנה לעווין, איז געווען די ערשטע פֿרוי, וועמענס פּאָעטיש קול האָט זיך דערהערט אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור. די צוויי דיכטערין, מירע כענקין, איז געווען ווייניקער באַקאַנט. אַזוי צי אַזוי, אָבער עס וואָלט זיכער געווען יושרדיק אַראָפּצונעמען זייערע ביכער פֿון פֿאַרשטויבטע פּאָליצעס און זיי ווידער אַ מאָל איבערצולייענען. אַ סבֿרא, אַז זיי קענען אונדז מאַכן קליגער וועגן אַ סך זאַכן, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט יענער צײַט — די 1920ער און 1930ער יאָרן. בפֿרט נאָך, אַז מע דאַרף זיך ניט באַגרענעצן נאָר מיט חנה לעווין און מירע כענקין. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד זײַנען געווען אויך אַנדערע ייִדישע דיכטערינס: ריווע באַליאַסנע, שפֿרה כאָלאָדענקאָ, דבֿורה כאָראָל, ליובע וואַסערמאַן.

דאָס פֿאָלגנדיקע ליד פֿון חנה לעווין האָט ניט קיין נאָמען. און דאָס איז אפֿשר גוט, ווײַל מע קען עס לייענען ניט נאָר ווי אַ היסטאָריש ווערק, געשריבן מיט בערך 85 יאָר צוריק, ווען אַזעלכע יונגע פֿרויען ווי לעווין (זי איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1900) האָבן געזוכט אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע: ווי אַזוי צו זײַן מאָדערן, פּראָגרעסיוו און, גלײַכצײַטיק, צו געניסן פֿון נאָרמאַלע מענטשלעכע, בתוכם סעקסועלע, באַציִונגען. דאָס דאָזיקע ליד האָט, בלי-ספֿק, אַן אָפּקלאַנג אין הײַנטיקן לעבן. אי דעמאָלט, אי הײַנט בלײַבט אַקטועל די טעמע פֿון דער ראָלע, וואָס אַ פֿרוי קען, וויל אָדער מוז שפּילן אין דער געזעלשאַפֿט:

אײַלנדיק און מענעריש מײַן טראָט,
פֿלאַך איז דער אָפּצאַס פֿון ברייטן שוך.
מײַן טראָט איז ברייט,
מײַן שפּאַן איז גיך,
פֿון אַלע מענער בין איך מענערשער בײַ טאָג:
בריהשער איך טראָג דעם יאָך פֿון שטאָט,
קלינגיק שטײַף — מײַן אײַלנדיקער טראָט.

כ׳באַקאַן זיך אַלץ אַליין מיט זיך
און יעדער מאָל
איך מאָל זיך צו
אַ נײַעם שטריך.
אַפֿילו דער ציגאַר, וואָס אָרעם מאַכט אַזוי
די ווינקלען פֿון מײַן מויל,
איז דאָך אויך דערפֿאַר,
וואָס איך שעם מיך ענלעך זײַן אויף זיך
און אויף דער מאַמעס דעקטוך.

פֿון קיינעם איז מײַן פּנים ניט פֿאַרדעקט,
הענט מײַנע זײַנען הויל
און פֿליגלען זיך אין גאַס.
און נעמט בײַ טאָג מיך אָן ווער בײַ דער הוילער האַנט, —
שעם איך זיך אויסלאָזן צו אים מײַן כּעס.
בײַ טאָג מיר זײַנען אַלע קינדער
אײַנגעליבטע אין דער זון,
און איינס אין צווייטן.
און איינס דעם אַנדערן מיר העלפֿן גליקלעך מײַדן
געפֿאַרן פֿון דער רוישנדיקער גאַס.

נאָר בײַ נאַכט,
ווען פֿאַר קיינעם דאַרף מען זיך ניט פֿײַנען,
ווילט זיך מיר אַזוי, דו זאָלסט מיר זאָגן:
— דײַנער!
און זאָל דאָס זײַן דיר ווילד,
און זאָל עס זײַן דיר פֿרעמד,
באַמערק, ווי פֿרוייִש-צאַרט
זײַנען שפּיצן בײַ מײַן העמד.

פֿון שווערן מענערישן טאָג
כ‘בין מיד אַזוי.
די נאַכט איז הייס
און פֿינצטער איז די נאַכט,
און איך בין דאָך אַ פֿרוי.