דעם 12טן און 13טן נאָוועמבער, איז אונטערן דאַך פֿון „אונעסקאָ” פֿאָרגעקומען דער סימפּאָזיום „ייִדיש — נאָך אַלץ און ווײַטער”. דער עולם האָט אויף יעדער זיצונג געציילט צווישן 250 און 400 צוהערערס. דעם סימפּאָזיום האָט אָרגאַניזירט די פֿאַרשטייערשאַפֿט פֿון „בני–ברית” בײַ דער „אונעסקאָ”, מיט דער מיטווירקונג פֿון פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק. ער איז געווען אָפּגעגעבן די נײַע דרכים און מיטלען, מיט וועלכע מען אַרבעט הײַנט איבער דער וועלט אויף איבערצוגעבן די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע קולטור.
צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע איז אַזאַ טעמאַטיק אַרומגעשמועסט געוואָרן, און טאַקע מערסטנס אויף מאַמע–לשון, אויף דער חשובֿער טריבונע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע פֿאַר קולטור און דערציִונג. הײַנט וועלן מיר איבערגעבן דעם רושם וואָס עס האָבן געמאַכט די רעפֿעראַטן און דיסקוסיעס.
די זיצונג וועגן „המשך פֿון לעבעדיקן ייִדיש”, האָט געבראַכט דעם ברייטן עולם גרוסן וועגן געביטן, פֿון וועלכע דאָס רובֿ אין אייראָפּע ווייסן אַפֿילו נישט, אַז זיי קענען עקזיסטירן. קודם–כּל, דערציִונג פֿון קינדער אויף אָדער מיט ייִדיש. שמעון נויבערג, פּראָפֿעסאָר פֿון טריר–אוניווערסיטעט, האָט אַנאַליזירט, אויפֿן סמך פֿון אייגענער פּראַקטיק, די פֿאַרמעסטן פֿון רעדן ייִדיש מיט די אייגענע קינדער אין אַ משפּחה וואָס איז אויך אָן דעם פֿילשפּראַכיק (פֿראַנצייזיש, דײַטש און צו ביסלעך ענגליש); און באַזונדערס דערציילט וועגן די אָנשטרענגונגען צוצושטעלן פּאַסנדיקע ביכלעך אויף ייִדיש פֿאַר די אייגענע קינדער און פֿאַר אַנדערע פֿונעם נישט–ברייטן קרײַז וועלטלעכע משפּחות, וווּ ס‘איז פֿאַראַן דערויף אַ נאָכפֿרעג.
בנימין מאָס פֿון באַלטימאָר (דזשאָנס האָפּקינס–אוניווערסיטעט) האָט אַנאַליזירט דעם אידעאָלאָגישן צד–השווה און צד–השונה צווישן ייִדישיסטישע משפּחות מיט פֿאַרשיידענע גראַדן צוגעבונדנקייט צו רעליגיע און טראַדיציע, און באַשריבן אַ מאָדעל פֿון אַ ייִדישיסטישער מיניאַטור–קהילה וואָס זוכט זיך נישט אָפּצוטיילן, נאָר דווקא זיך פֿעסט אײַנצוּוואָרצלען מיט איר ייִדישיזם אין די ברייטערע שטראָמען פֿון אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן.
יאַנקל–פּרץ בלום, פֿון ניו–יאָרקער „יוגנטרוף”, האָט איבערגעראַשט די צוהערערס מיט זײַן גרוס פֿון „ייִדיש–וואָך” און „ייִדיש–פֿאַרם”, צוויי אונטערנעמונגען, איינע אַן עלטערע און אין אַמעריקע אַ גוט–באַקאַנטע, די צווייטע אַ שפּאָגל נײַע, וואָס פֿון ביידע האָט דער אייראָפּעיִשער עולם ווייניק געוווּסט ביז אַהער.
הינדע–הענע בורשטין (מעלבורן, מאָנאַש–אוניווערסיטעט) האָט דורך רייד און דורך פּראָיעקטירטע דאָקומענטן באַוויזן אַ ספּעציפֿישע אויסטראַליער ווירקלעכקייט: אַ דינאַמישע ייִדישע אָנהייבשול מיט אַ בכּבֿודיק פּלאַץ פֿאַרן ייִדיש–לימוד, וואָס קריגט אין יענע מקומות אַ וויכטיקן המשך אויף די מדרגות פֿון מיטעלע און העכערע לימודים.
אויף דער זיצונג אָפּגעגעבן הײַנטצײַטיקער ייִדישער שעפֿערישקייט האָט דאָס ערשטע וואָרט געהאַט די פּאָעטעסע מאַרינע אַלעקסייעוואַ (פּאַריז), וועלכע האָט באַלויכטן די ראַנגלענישן פֿונעם איצטיקן שעפֿער אויף ייִדיש אין ליכט פֿון ענלעכע שטימונגען בײַ פּאָעטן פֿון פֿריִערדיקע דורות — אַ ראַיה, אַז שאַפֿן אויף מאַמע–לשון איז אַלע מאָל געווען אַ פּראָבלעמאַטישער באַשלוס, וואָס קען אָבער אויך הײַנט, ווי אַ מאָל, ברענגען ווערטפֿולע רעזולטאַטן.
ווײַטער האָבן מענדי כּהנא (תּל–אַבֿיבֿ) און מיישקע אַלפּערט (ניו–יאָרק) געברענגט באַטראַכטונגען און בײַשפּילן בנוגע דער באַנײַונג פֿון ייִדישן זינגליד. דער עולם האָט שטאַרק אָפּגעשאַצט מענדל כּהנאס ברען און מיישקע אַלפּערטס געדאַנק וועגן דער נייטיקער מערשפּראַכיקייט פֿון נײַ–געשאַפֿענע לידער אין פֿאָלקסגײַסט. ברײַנע וואַסערמאַן, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן טעאַטער אין מאָנטרעאָל און איז איצט ממשיך אין ניו–יאָרק, האָט געגעבן אַ ברייטן איבערבליק איבער דעם איצטיקן זינען פֿון דער טעאַטער–אַקטיוויטעט אויף ייִדיש.
מער ווי אַלץ האָט געמאַכט אַ רושם די זיצונג וועגן „ייִדיש אויף דער אינטערנעץ”. אַפֿילו די, וואָס פּאָרען זיך כּסדר אַרום ייִדיש, האָבן מערסטנס נאָך נישט באַנומען אַלע דערגרייכונגען און אַלע פֿאַרמעסטן וואָס די אינטערנעץ שטעלט מיט זיך פֿאָר. דרײַ יונגע ספּעציאַליסטן דערפֿון האָבן איבערגעגעבן אַ פֿאַרכאַפּנדיקע פּאַנאָראַמע. נאַטאַליע קריניצקאַ (פּאַריז) האָט, ווי די הויפּט–ביבליאָטעקאַרשע פֿון דער מעדעם–ביבליאָטעק, דערקלערט ווי אַזוי עס שאַפֿט זיך צו ביסלעך אַ ווירטועלע ייִדיש–ביבליאָטעק, וועלכע פֿילט שטאַפּלעכנווײַז אויס די בלויזן, פֿון וועלכע עס לײַדן אַפֿילו די גרעסטע ייִדיש–זאַמלונגען אויף דער וועלט.
אַקווילע גריגאָראַוויטשיוטע (פּאַריז, מעדעם–ביבליאָטעק), האָט פּונקט אַזוי גרינטלעך דערקלערט די נייטיקייט פֿון פּעריאָדיק–קאַטאַלאָגן און פּעריאָדיק–זאַמלונגען. יואל מאַטוועיעוו (ניו–יאָרק, זשורנאַליסט אין „פֿאָרווערטס”), האָט איבערגעגעבן וועגן נײַע אָרטאָגראַפֿישע, טערמינאָלאָגישע און לעקסיקאָגראַפֿישע מיטלען און מכשירים וואָס קומען אויף אין דער ווירטועלער ספֿערע, צום טייל, אַ דאַנק זײַן אייגענער אַרבעט. אַזוי אַרום האָט דער עולם פֿאַרשטאַנען אַז די שפּראַך, וואָס איז כּלומרשט בלויז עבֿר, האָט הײַנט צו טאָג יונגע ספּעציאַליסטן, אמתע קענערס און גלײַכצײַטיק געניטע פֿאַכלײַט, וואָס שאַפֿן פֿאַר איר אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער ייִנגסטער און אַקטיווסטער ספֿערע פֿונעם איצטיקן לעבן.
פֿול מיט עמאָציע איז געווען די זיצונג וועגן „יחידישע לעבנסוועגן”. די סימפּאָזיום–אָרגאַניזאַטאָרן האָבן געהאַלטן, אַז עס דאַרף אויף עפּעס אַן אופֿן אַרויסקומען די קאָמפּליצירטקייט פֿון די פֿיל אופֿנים ווי ייִדיש ווירקט אינעם לעבנסגאַנג פֿון פּערזענלעכקייטן וואָס צייכענען זיך הײַנט אויס אין אונדזער תּחום. דאָס איז געשען דורכן וואָרט פֿון דרײַ פֿיגורן פֿון דער פּאַריזער ייִדיש–סבֿיבֿה. מישעל טאַובער, אַ באַליבטע ייִדיש–זינגערין און לעקטאָרין וואָס איז גלײַכצײַטיק העברעיִש–פּראָפֿעסאָרין אויפֿן אוניווערסיטעט; בערל ווײַסבראָט, אַ מאַטעמאַטיק–לערער, אָבער אויך פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, לעקסיקאָגראַפֿיע און גראַמאַטיק, וואָס האָט לאַנגע יאָרן געגעבן ייִדיש–לעקציעס אויפֿן אוניווערסיטעט, און בתיה בוים, אויסגעצייכנטע איבערזעצערין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף פֿראַנצייזיש.
די אָפּשליס–זיצונג, „ווערט און ווערטן פֿאַר דער צוקונפֿט”, האָט אויך איבערגעראַשט מיט דער שפֿע נײַע געדאַנקען און באַלײַכטונגען. בעני מר, ליטעראַטור–רעדאַקטאָר אין דער ישׂראלדיקער העברעיִשער צײַטונג „הארץ” און רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטשריפֿט „דווקא”, געווידמעט דער ייִדיש–קולטור, האָט אַנאַליזירט די אַמאָליקע און הײַנטיקע שײַכותן צווישן ייִדיש און העברעיִש אין ארץ–ישׂראלדיקן ייִשובֿ און אין דער מדינה.
דער סימפּאָזיום האָט איבערגעלאָזט אַ שטאַרקן רושם אויף אַלע באַטייליקטע און צוהערערס. נאָכן אָפֿיציעלן אָפּשלוס איז נאָך פֿאָרגעקומען אין אַ פֿול געפּאַקטן טעאַטער אַ קאַבאַרעט–אָוונט מיטן באַליבטן ספּעקטאַקל–קינסטלער מענדי כּהנא און מיטן טאַלאַנטירטן פֿידלער עריק סלאַביאַק. זייער אויפֿטריט וועט נאָך לאַנג ליגן אין טעם בײַ די פּאַריזער ייִדיש–ליבהאָבערס און זייערע געסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.