אין די טעג צווישן פּסח און שבֿועות טאָרן פֿרומע ייִדן זיך ניט צוהערן צו קיין אינסטרומענטאַלער מוזיק. מע שאַפֿט דערפֿאַר ספּעציעלע „ספֿירה־מוזיק‟ פֿאַר אָט די זיבן וואָכן פֿונעם עומר, אין וועלכע מע הערט נאָר קולות אָבער נישט קיין אינסטרומענטן.
אַ וווּנדער־שיינעם מוסטער פֿונעם זשאַנער אין פֿאָרעם פֿון אַ מוזיק־ווידעאָ האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעלאָזט דער ישׂראלדיקער זינגער זאַנוויל ווײַנבערגער צוזאַמען מיטן „מלכות־כאָר‟. אינעם ווידעאָ פֿירן זיי אויס אַן אַקאַפּעלאַ־נוסח פֿון יום־טובֿ עהרליכס ליד „קבלת התּורה‟, וואָס דערציילט, מיט הומאָר, וואָס וואָלט געשען, ווען דער באַשעפֿער וואָלט פּרובירט צו שענקען די תּורה די הײַנטיקע מדינות פֿון דער וועלט.