איך האַלט שוין פֿון לאַנג אַז דאָס פּסח־ליד „אויפֿן ניל‟ איז איינס פֿון די שיינסטע יום־טובֿדיקע לידער אויף ייִדיש. דאָס ליד, אָנגעשריבן פֿון אַבֿרהם רייזען מיט פּרעכטיקער מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט, דערמאָנט דאָס רוישן פֿונעם גרויסן טײַך, אויף וועלכן דאָס עופֿעלע משה איז געפֿאָרן אין אַ קעסטל.
אין די אַמאָליקע וועלטלעכע ייִדישע שולן אין אַמעריקע איז דאָס ליד געווען זייער פּאָפּולער. הײַנט איז ער, צום באַדויערן, כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן, ווײַל להיפּוך צו אַ סך אַנדערע יום־טובֿדיקע לידער אויף ייִדיש איז עס ניט מגולגל געוואָרן אין אַ העברעיִשן צי ענגלישן נוסח. דערצו, להיפּוך צו „אַ סוכּהלע אַ קליינע‟ (אויך פֿון אַבֿרהם רייזען), וואָס איז ברייט באַקאַנט אויף דער חסידישער גאַס, הערט מען בכלל ניט „אויפֿן ניל‟ בײַ די חסידים, מסתּמא צוליב דעם סעקולערן באַגריף דערמאָנט אין דער לעצטער שורה: משה רבינו ווי דער „משיח‟ פֿון די קנעכט.
האָפֿנטלעך וועט דאָס ליד ווערן מער באַקאַנט אַ דאַנק דעם פּרעכטיקן נײַעם נוסח פֿונעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟. בנימין שעכטערס אימפּרעסיאָניסטישע אַראַנזשירונג, מיט ציכטיקע האַרמאָניעס, לעבט אויף געלבאַרטס מוזיק אויף אַזאַ אופֿן, אַז מע קען ממש הערן ווי עס פֿליסן די וואַסערן פֿונעם ניל.
דער ווידעאָ איז געמאַכט געוואָרן בעת אַ קאָנצערט אין אָקטאָבער 2018 בײַם „מערקין קאָנצערט־זאַל‟ אינעם „קאַופֿמאַן מוזיק־צענטער‟ לעבן לינקאָן־צענטער. דעם כאָר, דיריגירט פֿון בנימין שעכטער, האָט באַגלייט אויף דער פּיאַנע סעט ווײַנשטיין.
אונטערקעפּלעך אויף ענגליש, אויף טראַנסקריבירטן ייִדיש אָדער מיט ייִדישע אותיות, קען מען זען דורכן קוועטשן אויף די אותיות CC.