דאָס קאָמפּאַקטל „ייִדישע פּראַכט‟, וואָס איז לעצטנס נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „גרעמי‟, באַשטייט פֿון פֿאַרגעסענע קאַמפֿלידער געזאַמלט פֿונעם פֿאָלקלאָריסט משה בערעגאָווסקי, וואָס סאָוועטישע ייִדן האָבן אָנגעשריבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
נאָך דעם וואָס די סאָוועטן האָבן בערעגאָווסקי אַרעסטירט האָט מען יאָרן לאַנג געמיינט, אַז די לידער זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אייביק אָבער ד׳׳ר אַנאַ שטערנשיס האָט זיי ווידער אַנטדעקט אין אַ קיִעווער אַרכיוו. ד׳׳ר שטערנשיס האָט, צוזאַמען מיטן עטנאָמוזיקאָלאָג פּסאָי קאָרעלענקאָ, אָרגאַנזירט אַ קאַפּעליע פֿאָרצושטעלן אַ טייל פֿון די לידער. פֿונעם פּראָיעקט איז אַרויסגעוואַקסן דער אַלבאָם „ייִדישע פּראַכט.‟
צווישן די לידער אויפֿן אַלבאָם איז אַ טשיקאַווע ליד פֿון דער פּאָעטעסע סאָניע ראָזנבערג „טשוּוואַשישע טעכטער‟, וואָס באַטאָנט די העלדישקייט פֿון די פֿרויען אין דער עטנישער גרופּע, די טשוּוואַשן. כאָטש זיי קומען פֿון אַ רוסישן רעפּובליק ווײַט אַוועק פֿונעם פֿראָנט, קעמפֿן די פֿרויען צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע קעגן היטלערן. כאָטש דאָס ליד איז וועגן די פֿרויען פֿון טשוּוואַשישן אָפּשטאַם, אַן עטנישע גרופּע וואָס מע באַגעגנט זעלטן־ווען אין דער ייִדישער ליטעראַטור, קען מען דאָס ליד אַוודאי אָפּטײַטשן ווי אַ לויבגעזאַנג פֿון די כּמעט איין־מיליאָן סאָוועטישע פֿרויען, וואָס האָבן געקעמפֿט אין דער רויטער אַרמיי קעגן די דײַטשן.
עס זינגט סאָפֿי מילמאַן.