Oyneg Shabes

ווידעאָ: אַ קרעטשמעליד פֿון קאָלאָמיי

WATCH: A Drinking Song from Kolomey

  • Print
  • Share Share

ד״ר דובֿ־בער קערלער און ד״ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער זענען במשך פֿון אינטערוויויִרן מיזרח־אייראָפּע, און בפֿרט — אוקראַיִנע בפֿרט, כּדי צו אינטערוויויִרן אַלטע ייִדן, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, וועגן זייערע זכרונות און דעם ייִדיש, וואָס מע האָט גערעדט אין זייערע שטעטלעך.

אין 2005 האָבן זיי געכאַפּט אַ שמועס מיט שמעון קראָטש אין קאָלאָמיי, וווּ ער האָט געזונגען אַ ריי לידער; צווישן זיי, דאָס דאָזיקע אומבאַוווּסטע פֿאָלקסליד וועגן אַ ייִד, וואָס האָט, אַ פּנים, צו פֿיל געטרונקען. עס זענען דאָ אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער וועגן שיכּרות („דער רבי אלימלך‟, „יאָשקע‟), אָבער דער ייִדישער הומאָר אינעם דאָזיקן ליד גיט צו אַן אומדערוואַרטן קנייטש.