Oyneg Shabes

ווידעאָ: ייִדישע לידער לכּבֿוד ניטל?

WATCH: Yiddish Christmas Songs?

  • Print
  • Share Share

דער אַמעריקאַנער ניטל איז סײַ אַ רעליגיעזער חגא בײַ די קריסטן, סײַ סתּם אַ געזעלשאַפֿטלעכע פֿײַערונג, בײַ וועלכער עס פֿאַרזאַמלען זיך משפּחה און פֿרײַנד, וואָס זעען זיך געוויינטלעך ניט במשך פֿונעם יאָר.

ס׳רובֿ פֿון די באַקאַנטע סימבאָלן פֿון ניטל אין אַמעריקע, אַזוי ווי די יאָלקע (ניטל־בוים), „סאַנטאַ־קלאַוס‟ מיט זײַן שליטן און זײַנע געטרײַע רעניפֿערן (reindeer) און בלומענקראַנצן, וואָס הענגט אויף אויף דער טיר, האָבן באמת גאָרניט צו טאָן מיטן אָפּמערקן דעם געבורט פֿון יעזוס, נאָר שטאַמען פֿון פּאַגאַנישע טראַדיציעס און פֿאָלקלאָר. ס׳איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, וואָס ס׳רובֿ פֿון די באַקאַנטע לידער, וואָס ווערן באַטראַכט אין אַמעריקע ווי „ניטל־לידער‟ האָבן כּמעט אין גאַנצן ניט קיין שײַכות צום חגא גופֿא, נאָר פּריידיקן גיכער די שיינקייט פֿון משפּחה־פֿײַערונגען און דעם ווינטער־סעזאָן. אַ סך פֿון די דאָזיקע לידער האָבן אַפֿילו אָנגעשריבן דווקא ייִדן.

דאָס פּאָפּולערע כּמו־ניטל ליד „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ האָט, למשל, אָנגעשריבן פֿעליקס בערנאַרד, (פֿון דער הײם: בערנהאַרט). White Christmas (ווײַסער ניטל), דאָס צום מערסטנס פֿאַרקויפֿטע ליד אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע, האָט מחבר געווען אירווינג בערלין, (פֿון דער היים: ישׂראל־איזידאָר ביילין). אַ טוץ אַנדערע באַקאַנטע ניטללידער האָבן אויך אַ „ייִדישן‟ ייִחוס.

צוליב דעם שטענדיקן אַמעריקאַנער־ייִדישן באַגער צו פֿאַרוואַנדלען די גוייִשע טראַדיציעס אין ייִדישע מנהגים, איז אפֿשר קיין חידוש ניט, וואָס מע האָט געוויסע באַקאַנטע ניטללידער איבערגעזעצט אויף ייִדיש.

„רודאָלף דער רויט־נאָזיקער רעניפֿער‟ איז באַקאַנט אַלע אַמעריקאַנער קינדער צוליב דעם, וואָס ער האָט געהאָלפֿן „סאַנקט־ניקאָלאַס‟, ווען הער האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט צוליב אַ זאַווערוכע. די קלעזמער־קאַפּעליע „קוגל־פּלעקס‟ האָט רעקאָרדירט אַ קלעזמער־נוסח פֿונעם ליד אויף ייִדיש. כאָטש דער ייִדיש הינקט אונטער אין געוויסע ערטער, איז עס כּדאַי צו זען דעם ווידעאָ, בפֿרט ווײַל מע האָט דאָס ליד אַרײַנגעפֿלאָכטן אין אַן אַלטן אַנימירטן פֿילם.

די ייִדישע זינגערין טערעזע טובֿה שטעלט פֿאָר אַ ריי ייִדישע ניטללידער אין אירע ווינטערדיקע קאָנצערטן. איר נוסח פֿון „לאָז עס שנייען‟ איז כּדאַי צו הערן. דאָס ליד האָבן אויך, דרך־אַגבֿ, אָנגעשריבן צוויי ייִדן: דזשול סטײַן (פֿון דער היים: יוליִוס שטײַן) און סאַמי קאַהן (פֿון דער הײם: שמואל כּהן).

די „פֿאָלקסבינע‟ שטעלט פֿאָר חנוכּה־קאָנצערטן יעדעס יאָר, וואָס נעמען אַרײַן אַ פּאָר ניטללידער אויף ייִדיש. אָט קענט איר הערן ווי דזשאָען באָרץ און רחל יוכט שטעלן פֿאָר צוויי „ייִדישע‟ ניטללידער, וואָס הייבן זיך אָן 26:50. די לידער זענען „ווינטער־וווּנדערלאַנד‟ און „פֿעטער־שנײער קומט באַלד אין שטאָט‟ (Santa Claus is Coming to Town).