דאָס סאַמע באַקאַנטסטע איבערזעצונג פֿון אַ ייִדיש ליד איז אָן שום ספֿק „דאָנאַ דאָנאַ‟, וואָס ווערט געזונגען אין כּמעט אַלע לענדער. להיפּוך צו „אַ ייִדישע מאַמע‟, אָבער, וואָס אַלע ווייסן, אַז עס איז אַ ייִדיש ליד, ווייסן ס׳רובֿ מענטשן אין גאַנצן ניט, פֿון וואַנען עס שטאַמט „דאָנאַ דאָנאַ‟. דערצו פֿאַרפּלאָנטערן אַ סך פֿון די וואָס ווייסן יאָ אַז ס׳איז אַ ייִדיש ליד דעם מחבר מיט אַן אַנדער באַקאַנטן ייִדישן פּאָעט.
דאָס ליד „דאָנאַ דאָנאַ‟ האָט אָנגעשריבן אַהרן צײַטלין אַרום 1940 אין אַמעריקע ווי אַ טייל פֿון דער פּיעסע „אסתּרקע‟. צײַטלין איז געהאַט געקומען קיין אַמעריקע בלויז כּדי צו אַרבעטן אין מאָריס שוואַרצס ייִדישן טעאַטער. צוליבן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער ניט געקענט צוריקפֿאָרן קיין וואַרשע. בעת דער מלחמה איז כּמעט זײַן גאַנצע משפּחה, אַרײַנגערעכנט זײַן פֿאָטער, דער גרויסער ייִדישער דענקער הלל צײַטלין, און אַהרנס פֿרוי און זון, דערהרגעט געוואָרן אין וואַרשעווער געטאָ.
די מוזיק צום ליד האָט געשאַפֿן שלום סעקונדע.
נאָך דער מלחמה האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז מע האָט „דאָנאַ דאָנאַ‟ אָנגעשריבן אין אייראָפּע בעת דער מלחמה. צוליב עפּעס אַ מיספֿאַרשטייעניש שטייט אָנגעשריבן אין אַ סך ביכער און אויף אַ סך וועבזײַטן, אַז דאָס ליד האָט מחבר געווען יצחק קאַצענעלסאָן, אָדער אין וואַרשעווער געטאָ, אָדער גאָר אויף דער באַן קיין אוישוויץ, וווּ מע האָט אים דערהרגעט. די געשיכטע איז, פֿאַרשטייט זיך, אין גאַנצן ניט אמת. דער מחבר פֿונעם „ליד פֿונעם אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟ האָט ניט געהאַט קיין שום שײַכות צו „דאָנאַ דאָנאַ‟.
דאָס אָריגינעלע ליד אויף ייִדיש איז געוואָרן ברייט פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע און איבער דער וועלט במשך פֿון די יאָרן גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, און צענדליקער באַקאַנטע זינגער האָבן עס רעקאָרדירט. ספּעציעל איז כּדאַי צו הערן די נוסחאָות פֿון נחמה הענדל (אויבן) און טעאָדאָר ביקעל:
ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן דעם „בלוז‟־נוסח פֿון וואָלף קראַקאָווסקי, אין וועלכן דאָס טרויעריקע געוויין פֿונעם פֿאַרבונדענעם קעלבל געפֿינט אַ תּיקון אינעם ביטערן וואָרטש פֿון קראַקאָווסקיס עלעטראָנישער גיטאַר.
דאָס ליד איז געוואָרן פּאָפּולער אויף ענגליש אין די אָנהייב 1960ער יאָרן אין טעדי שוואַרץ און אַרטור קעוועס׳ איבערזעצונג, ווען עס איז אַרײַנגענומען געוואָרן אינעם רעפּערטואַר פֿון די זינגער, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אינעם אויפֿלעב פֿון דער אַמעריקאַנער און בריטישער פֿאָלק־מוזיק. אויף ענגליש האָט לכתּחילה פּאָפּולאַריזירט דאָס ליד די זינגערין דזשאָן באַעז אין 1960. אָט איז איר פּרעכטיקער נוסח פֿונעם ליד:
אַ סך אַנדערע באַקאַנטע פֿאָלק־זינגער, אַרײַנגערעכנט באָב דילאַן, דאָנאָווין, מאַרי האָפּקין און פּיט סיגער, האָבן פֿאָרגעשטעלט זייערע אייגענע נוסחאָות פֿונעם ליד. הערט זיך צו צום פּרעכטיקן נוסח פֿון דער וועלשישער זינגערין מאַרי האָפּקין:
אויף העברעיִש האָט פּאָפּולאַריזירט דאָס ליד נחמה הענדל, וואָס האָט עס געזונגען אין איר אייגענער העברעיִשער איבערזעצונג אין ישׂראל און אויף ייִדיש אין די תּפֿוצות. אָט קען מען הערן איר נוסח פֿונעם ליד אויף העברעיִש, וואָס איז מוזיקאַליש געטרײַ איר ייִדישן נוסח:
אין דרום־קאָרעע איז „דאָנאַ דאָנאַ‟ געוואָרן פּאָפּולער ווי אַ פּראָטעסט־ליד קעגן די מיליטערישע דיקטאַטורן (1972־1987) פֿון פּאַרק טשונג־הי און טשאָי קיו־האַ. דאָס ליד איז געוואָרן אַזוי באַליבט, אַז די קאָרעיִשע רעגירונג האָט עס אָפֿיציעל פֿאַרווערט אין די 1980ער יאָרן. טשיקאַווע איז דערפֿאַר צו באַמערקן, אַז איינע פֿון די שיינסטע ווערסיעס פֿונעם ליד אויף ייִדיש קומט דווקא פֿון קאָרעע. הערט ווי די אָפּערע־זינגערין סומי דזשאָ שטעלט עס פֿאָר:
דאָס ליד איז אויך באַקאַנט אין יאַפּאַן, וווּ עס ווערט געלערנט אין די אָרטיקע שולן. אָט איז אַ טשיקאַווע ווערסיע פֿונעם ליד, וואָס אַ יאַפּאַנישע קאַפּעליע האָט געשפּילט סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף יאַפּאַניש, צוזאַמען מיט אַ מונקאַטשער ניגון.
דאָס ליד איז אַזוי ברייט באַוווּסט אין יאַפּאַן, אַז עס ווערט אַפֿילו אַמאָל אַרײַנגעפֿלאָכטן אין די דאָרטיקע „אַנימע‟־פֿילמען. זעט ווי עס זינגען די ראָבאָטן דאָס ליד אינעם פֿאָלגנדיקן עפּיזאָד פֿון אַן אַנימאַציע־פֿילם:
דאָס ליד איז אויך גאַנץ פּאָפּולער אין כינע און וויעטנאַם, וווּ ס׳איז בפֿירוש באַקאַנט ווי אַ „קאַראַאָקע‟־ליד. אָט קען מען הערן אַ שיינעם נוסח אויף וויעטנאַמעזיש:
און אָט זינגט אַ קינדער־כאָר דאָס ליד אויף כינעזיש: