דעם אָוונט נאָך דער שחיטה אין פּיטסבורג, אַזוי ווי אויף אַ ריי פּראָטעסטן במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר, האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ גרופּע ניו־יאָרקער ייִדן אין „יוניאָן־סקווער‟ מיט אַ ריזיקן פּלאַקאַט אויף וועלכן עס שטייען די ווערטער „מיר וועלן זיי איבערלעבן.‟
ווי איך האָב אין יולי דערקלערט אינעם פֿאָרווערטס, פֿאַררופֿן זיך די דאָזיקע ווערטער אויף אַן אינצידענט, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין לובלין אין 1939 — אַ דײַטשישער אָפֿיציר האָט געפֿאָדערט, אַז אַ גרופּע חסידישע מענער זאָלן פֿאַר אים זינגען אַ ליד. ווי איך האָב דעמאָלט געשריבן, האָבן זיי אָנגעהויבן זינגען דאָס פֿאָלקסליד „לאָמיר זיך איבערבעטן‟ אָבער איינער פֿון זיי האָט אין גיכן ספּאָנטאַן געביטן די ווערטער אויף „מיר וועלן זיי איבערלעבן, אָבֿינו שבשמים.‟ ווען נאָך הונדערטער ייִדן האָבן אויפֿגעכאַפּט דאָס ליד און אָנגעהויבן מיטצוזינגען, האָט דער אָפֿיציר זיי געהייסן שווײַגן. דאָס ליד האָט אָבער ווײַטער אָפּגעהילכט אַלץ העכער און העכער.
טעלעוויזיע־באַריכטן פֿון דער דעמאָנסטראַציע שבת־צו־נאַכטס, וווּ מע האָט זיך געמאַכט הבֿדלה, האָבן מיך דערמאָנט אין מײַקל אַלפּערט, פֿרענק לאָנדאָן און דוד קראַקאַוערס רירנדיקן נוסח פֿונעם אַמעריקאַנער הימען פֿאַר בירגערעכט We Shall Overcome, אין וועלכן זיי וועבן אַרײַן די דאָזיקע ייִדישע ווערטער. עס דוכט זיך מיר, אַז ס׳איז פּאַסיק ווידער אַרויפֿצושטעלן זייער אויפֿטריט אין יולי אויפֿן קראָקאָווער ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל לזכר די קרבנות פֿון דער שיסערײַ אין פּיטסבורג און ווי אַ שטיקל חיזוק נאָך האָפֿענונג אויף בעסערע צײַטן.