די לידער פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ז׳׳ל זענען געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם הײַנטיקן קלעזמער־רעפּערטואַר. מע הערט אירע לידער אויף אַלע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן, קאָנצערטן און זינג־וואַרשטאַטן.
ביילע איז געבוירן געװאָרן דעם 7טן אױגוסט 1920. לכּבֿוד איר געבוירן־טאָג ברענגען מיר אײַך איר קונסטליד „אַ רגע״ װאָס די זינגערינס סוועטלאַנאַ קונדיש און סאַשע לוריא האָבן לעצטנס געזונגען אויף אַ קאָנצערט, וואָס איז פֿאָרגעקומען ווי אַ טייל פֿון „ייִדיש זומער־ווײַמאַר‟. עס שפּילט בײַ דער פּיאַנע אַלען בערן, דער גרינדער פֿונעם פֿעסטיוואַל.
דאָס ליד איז לכתּחילה פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס אַלבאָם „זומערטעג‟. אָט קען מען הערן, ווי עס זינגט עס דזשאַנעט לויכטער.