פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אַ סך גויים גוט געקענט ייִדיש אָבער בלויז איינער פֿון זיי איז געווען אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פֿילמשטערן: דזשיימס קאַגני.
קאַגני, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע ראָלעס אין די פּאָפּולערע „גענגסטער‟־פֿילמען פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן, האָט געוויינטלעך געשפּילט אַגרעסיווע באַנדיטן, פּאָליציאַנטן, סאָלדאַטן אָדער ענלעכע טיפּן. ייִדיש האָט ער זיך אויסגעלערנט ווי אַ קינד אויפֿן „איסט־סײַד,‟ וווּ זײַן אָרעמע משפּחה האָט געוווינט אין אַ טענעמענט־הויז וואָס איז געווען כּמעט אויסשליסלעך באַפֿעלקערט פֿון ייִדן. לויט עטלעכע לעגענדעס, האָט זײַן ייִדיש אים געהאָלפֿן אין האָליוווּד, וווּ די ייִדישע אייגנטימער פֿונעם גרויסן פֿילם־סטודיאָ Warner Brothers האָבן אים כּלומרשט פּרובירט אָפּצונאַרן בעת אַ פֿאַרהאַנדלונג איבער אַ קאָנטראַקט דורכן רעדן צווישן זיך אויף ייִדיש. לויט דער לעגענדע האָט קאַגני זיי שאָקירט דורכן שרײַען אויף זיי מיט אַ פּאָר זאַפֿטיקע ייִדישע קללות.
קאַגני האָט גערעדט ייִדיש אין צוויי פֿון זײַנע פֿילמען, „טאַקסי‟ און The Fighting 69th, אַ דראַמע וועגן אַן אַמעריקאַנער פּאָלק בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. אין „טאַקסי‟ שפּילט ער אַ טאַקסי־שאָפֿער וואָס אָרגאַניזירט אַ בלוטיקן קאַמף קעגן אַן אַנדער גרופּע טאַקסי־שאָפֿערן, וואָס גנבֿענען בײַ אים קליענטן. איידער דער פֿילם ווײַזט עטלעכע בלוטיקע סצענעס, כאַפּן זיך אַרײַן אַ פּאָר מאָמענטן פֿון קאָמעדיע, צווישן זיי — די הומאָריסטישע סצענע, אָן קיין שום אונטערקעפּלעך אָדער דערקלערונג, אין וועלכער אַ ייִדישער אימיגראַנט שרײַט בייז אויף אַ פּאָליציאַנט. דער פּאָליציאַנט, וואָס פֿאַרשטייט ניט קיין ייִדיש, ווייסט ניט וואָס צו טאָן מיטן שרײַענדיקן אימיגראַנט, ביז עס קומט אָן דער העלד פֿונעם פֿילם, דעם טאַקסי־שאָפֿער מאַקס נאָלען (קאַגני). זעט וואָס געשעט ווײַטער.