דעם 15טן יולי 1913 איז אין סמאָרגאָן, ווײַסרוסלאַנד געבוירן געוואָרן דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. סוצקעווער איז הײַנט באַוווּסט פֿאַר זײַנע לידער און פּאָעמעס און זײַנע יאָרן ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין ווילנער געטאָ און אין די אַרומיקע וועלדער. ער איז אויך געווען אַ וויכטיקער און טאַלאַנטירטער רעדאַקטאָר, פּראָזע־שרײַבער און רעדנדער, וואָס איז אויפֿגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן איבער דער גאָרער וועלט.
ווען איך האָב געאַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, האָב איך אָנגעפֿירט מיט אַ פּראָיעקט צו דיגיטאַליזירן דעם קלאַנג־אַרכיוו בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל‟. צווישן די הונדערטער ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן דאָרטן געהאַלטן רעדעס, איז סוצקעווער מסתּמא געווען דער פֿאַרכאַפּנדיקסטער צווישן זיי אַלע (אַנדערע מעגלעכע קאַנדידאַטן: חיים גראַדע, חוה ראָזענפֿאַרב, יעקבֿ גלאַטשטיין און אַבֿרהם יהושע העשל).
סוצקעווער האָט באַזוכט מאָנטרעאָל, צום ווייניקסטנס, פֿיר מאָל, אין 1959, 1964, 1968 און 1987, און האָט געהאַלטן צענדליקער רעדעס בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟. צווישן זיי האָט מען רעקאָרדירט 6 פֿאַרשידענע פּראָגראַמען, אַרײַנגערעכט צוויי פֿאָרמעלע רעפֿעראַטן (וועגן דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע‟ און וועגן זײַן צוגאַנג צו פּאָעזיע), דרײַ קבלות־פּנימס און איין אָוונט פֿון ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען. די רעקאָרדירונגען זענען אינטערעסאַנט ניט בלויז צוליב דעם, וואָס מע קען זיך דערוויסן אַ סך וועגן דעם פּאָעטס אופֿן פֿון פֿאָרלייענען זײַנע לידער, נאָר אויך ווײַל סוצקעווער איז דווקא געווען איינער פֿון די סאַמע בעסטע רעציטאַטאָרן פֿון זײַנע אייגענע לידער, וואָס די ייִדישע פּאָעזיע האָט אַמאָל פֿאַרמאָגט.
כּדי צו ברענגען סוצקעווערן צו אַ ברייטן עולם, האָב איך געמאַכט אַ פֿילם מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך פֿון אַן אויסצוג פֿון אַ רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטן דעם 24סטן מײַ 1959. אינעם פֿילם דערקלערט דער פּאָעט ווי אַזוי ער האָט געשריבן לידער, ווען ער איז געווען אַ פּאַרטיזאַנער און ווי אַזוי זײַנע לידער האָבן אים געהאָלפֿן פּסיכאָלאָגיש איבערצולעבן זײַנע יסורים (זעט אויבן).
אָט זענען די רעקאָרדירונגען פֿון אַלע פּראָגראַמען מיט אַבֿרהם סוצקעווער בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟ אין מאָנטרעאָל. איך שטעל זיי אַרויף אינעם סדר, אין וועלכן זיי זענען פֿאָרגעקומען. האָפֿטנלעך, וועט עמעצער אַרויסנעמען די ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען פֿון די רעקאָרדירונגען און זיי אַרויסלאָזן ווי אַ באַזונדערן אַלבאָם. צווישן די אַנדערע רעדנער אויף די דאָזיקע רעקאָרדירונגען קען מען הערן באַגריסונג־רעדעס פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי מלך ראַוויטש, חוה ראָזענפֿאַרב, יהודה עלבערג און אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס.
„קבלת־פּנים מיט אַבֿרהם סוצקעווער‟. דעם 11טן אַפּריל 1959. אין דרײַ טיילן. מיט מלך ראַוויטש און אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס.
„קבלת־פּנים מיט אַבֿרהם סוצקעווער‟. דעם 17טן אַפּריל 1959. אין דרײַ טיילן.
רעפֿעראַט פֿון אַבֿרהם סוצקעווער: „מײַן ליד און איך‟. געהאַלטן דעם 24סטן מײַ 1959. אין צוויי טיילן.
רעפֿעראַט פֿון אַבֿרהם סוצקעווער וועגן „יונג־ווילנע‟. געהאַלטן דעם 8טן פֿעברואַר 1964. אין צוויי טיילן.
„אַן אָוונט מיט אַבֿרהם סוצקעווער‟. דעם 7טן דעצעמבער 1968. מיט יהודה עלבערג.
„אַבֿרהם סוצקעווער: אַן אָוונט מיטן באַרימטן פּאָעט‟. דעם 19טן יוני 1989.
נאָך די אַלע רעקאָרדירונגען פֿון מאָנטרעאָל זענען אויך דאָ אַ פּאָר אינטערעסאַנטע פֿילמען אויף „יוטוב‟, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט אַבֿרהם סוצקעווער. אָט קענט איר הערן, ווי דער נאַציאָנאַלער יונגט־כאָר פֿון האָלאַנד זינגט סוצקעווערס באַליבט ליד „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן‟
די לידער פֿונעם ווילנער געטאָ, אַרײַנגערעכנט סוצקעווערס, ווערן פֿאָרגעשטעלט אינעם פֿילם „געטאָ‟, וואָס מע האָט געמאַכט אויפֿן סמך פֿון דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער שפּיל „גטו‟ [געטאָ] פֿון יהושע סאָבאָל. כאָטש דער פֿילם איז אומרעאַליסטיש, האָט ער געבראַכט די מוזיק פֿון ווילנער געטאָ צו אַ ריזיקן נײַעם עולם. אין דער סצענע זינגט די אונגעריש־ייִדישע אַקטריסע עריקאַ מאַראָזשאַן.
אין 1960 האָט די פֿירמע „פֿאָלקווייס‟, בראש מיט משה אַש, דער זון פֿונעם ייִדישן שרײַבער שלום אַש, אַרויסגעלאָזט אַ פּלאַטע, אין וועלכער סוצקעווער לייענט פֿאָר זײַנע אייגענע לידער. די לידער קען מען איצט הערן אויף „יוטוב‟. אָט לייענט סוצקעווער פֿאָר זײַן ליד „שפּילצײַג‟:
און פֿונעם זעלביקן אַלבאָם קען מען הערן זײַן ליד „אַ וואָגן שיך‟. דעם פֿילם האָט צונויפֿגעשטעלט ד׳׳ר דבֿ־בער קערלער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.