אין 1938 און 1939 האָבן די ברידער שאול און יצחק גאָסקינד, וואָס האָבן אָנגעפֿירט מיט דער וואַרשעווער פֿילם־פֿירמע „סעקטאָר־פֿילמען‟, פּראָדוצירט זעקס דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן פֿאַרשידענע ייִדישע קהילות אין פּוילן: וואַרשע, ווילנע, לעמבעריק, קראָקע, ביאַליסטאָק און לאָדזש. דער פֿילם וועגן לאָדזש איז נעלם געוואָרן אָבער מע קען נאָך אַלץ זען די אַנדערע פֿינף, אַ דאַנק דעם „נאַציאָנאַלן צענטער פֿאַרן ייִדישן פֿילם‟ אין „בראַנדײַס אוניווערסיטעט‟, וואָס האָט רעסטאַוורירט די סעריע.
אין זייער פֿילם וועגן ווילנע זעט מען, צו ערשט, די הויפּט־אַטראַקציעס פֿון דער דעמאָלט־פּוילישער שטאָט, אַרײַנגערעכנט דעם ווילנער אוניווערסיטעט, וואָס איז הײַנט דער וויכטיקסטער לערן־אַנשטאַלט אין דער ליטע. דערנאָך פֿאָרט מען אַריבער אינעם ייִדישן קוואַרטאַל, וווּ מע זעט דעם אַלטן בית־עולם, וואָס עקזיסטירט שוין ניט מער און דעם קבֿר פֿונעם ווילנער גאון, וואָס מע האָט שפּעטער אַוועקגעטראָגן אינעם נײַעם ייִדישן בית־עולם.
מע זעט דעם ווילנער שול־הויף מיט זײַנע באַרימטע שטיבלעך, שולן, קלויזן און אַלטמאָדישע זייגערס, וואָס איז אין גאַנצן צעשטערט געוואָרן און וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט אַ שפּילפּלאַץ. מע זעט אויך די באַקאַנטע „סטראַשון־ביבליאָטעק‟ און דער „ייִוואָ‟. בעת מע פֿאָרט אינעם אַמאָליקן פֿאַרמלחמדיקן ווילנער געטאָ, וואָס איז אַפֿילו אין די 1930ער יאָרן געווען דאָס האַרץ פֿונעם ייִדישן ווילנע, הערט מען אין הינטערגרונט מרדכי געבירטיגס ליד „קינדער־יאָרן‟, אַן אויסקלײַב וואָס האָט מסתּמא געקלונגען הײַנצײַטיק ווען מע האָט געשאַפֿן דעם פֿילם אָבער וואָס קלינגט הײַנט אומבכּיוונדיק איראָניש און פֿאַרווייטיקט. דאָס איז אויך שייך די לעצטע צוויי ווערטער פֿונעם פֿילם, דווקא די איינציקע אויף ענגליש: „גודבײַ ווילנע, גודבײַ‟.
די ייִדישע שפּראַך ווערט אויך דערמאָנט אַ פּאָר מאָל אינעם פֿילם. דער נאַראַטאָר רעדט וועגן דעם ליטווישן ייִדיש מיט זײַן „סאַבעסדיקן לאָסן‟ און דערקלערט, אַז אַפֿילו די דענטיסטן רעדן אין ווילנע אויף ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.