פֿאַראַכטאָגן האָבן מיר אָפּגעמערקט דעם יאָרצײַט פֿונעם גרויסן ייִדישן פֿאָלקס־פּאָעט מרדכי געבירטיג ז׳׳ל. אַ פּאָר לייענער האָבן געפֿרעגט, פֿאַר וואָס איך האָב ניט דערמאָנט דעם אַלבאָם פֿון בענדזשי פֿאָקס־ראָזען „צוויי וועלטן‟, וואָס ער האָט רעקאָרדירט צוזאַמען מיט זײַן ברודער אַבֿי (גיטאַר, באַנדזשאָ); מײַקל ווינאָגראַד (קלאַרנעט, פּיאַנע); דעם אַקאָרדעאָן־שפּילער פּאַטריק פֿאַרעל, און דעם פּײַקלער טײַשאַון סאָריי.
דער אַלבאָם, וואָס ברענגט צונויף צוועלף פֿון געבירטיגס ווייניק־באַקאַנטע לידער איז, לויט מײַן מיינונג, איינער פֿון די סאַמע שטאַרקסטע מוזיקאַלישע פּראָיעקטן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש פֿון די לעצטע 10 יאָר. „צוויי וועלטן‟ האָט ניט קיין קלאָרע פּאַראַלעלן אין דער מאָדערנער ייִדישער מוזיק ווײַל ער איז, אַזוי ווי די אַלבאָמען, פֿון להבֿדיל, „פּינק־פֿלויד‟, אַזאַ מין „קאָנצעפּט־אַלבאָם‟ וואָס איז אַ גאַנצקייט פֿאַר זיך איידער אַ צאָל אומאָפּהענגיקע לידער.
בענדזשי פֿאָקס־ראָזען האָט געשאַפֿן די מוזיק אויף אַזאַ אופֿן, אַז מע דאַרף הערן דעם גאַנצן אַלבאָם מיט איין מאָל, כּדי צו געניסן פֿון זײַן קינסטלערישער וויזיע. דווקא דערפֿאַר האָב איך געפֿילט, אַז ס׳איז ניט געווען יושרדיק סתּם אַרײַנצולייגן אַן אויסצוג פֿונעם אַלבאָם אין אַ רשימה פֿון אַנדערע געבירטיג־לידער. פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, איז עס ניט יושרדיק, איך זאָל בכלל ניט דערמאָנען דעם אויסגעצייכנטן אַלבאָם. אויבן קען מען זען ווי בענדזשי פֿאָקס־ראָזען און זײַן קאַפּעליע האָבן פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד „אורלויב‟ בײַם קענעדי־צענטער אין וואַשינגטאָן.
צוליב אַ צווייפֿלהאַפֿיטיקער פּאָליטיק פֿון „יו־טוב‟, וואָס שטעלט אַרויף אַלבאָמען אָן דער דערלויבעניש פֿון זײַנע שאַפֿער, קען מען דורך „יו־טוב‟ הערן דעם גאַנצן אַלבאָם „צוויי וועלטן‟. אַחוץ דעם וואָס די מוזיקער פֿאַרלירן זיכער געלט צוליב אַזאַ פּאָליטיק, איז די פּראָבלעם אין דעם פֿאַל אויך, אַז „יו־טוב‟ שטעלט ניט פֿאָר די לידער אינעם ריכטיקן סדר. כאָטש יעדעס ליד איז כּדאַי צו הערן פֿאַר זיך, פֿאַרלירט מען אַ סך ווען מע הערט זיך ניט צו צו זיי לויטן סדר, וואָס בענדשי פֿאָקס־ראָזען האָט פֿאַרטראַכט.
ווי מע קען הערן פֿון די לידער, איז די מוזיק אין גאַנצן ניט טראַדיציאָנעל. פֿאָקס־ראָזען, וואָס איז זייער באַהאַוונט אין דער טראַדיציאָנעלער קלעזמער־מוזיק, האָט אויך אַ שטאַרקן הינטערגרונט אין אימפּראָוויזאַציע־מוזיק, ראָק און דזשעז און מע הערט שטאַרקע השפּעות פֿון פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע וועלטן אין זײַן אַלבאָם.
אָט איז זײַן נוסח פֿון געבירטיגס קאָשמאַרישע ליד „אַ טאָג פֿון נקמה‟, וואָס ער שטעלט פֿאָר מיט מוזיק, וואָס איז ענלעך צו אַ „פּאָפּ‟־ליד.
אָט שטעלט ער פֿאָר אַ „ראָק‟־נוסח פֿון געבירטיגס „שיפֿרהלעס פּאָרטרעט‟. דאָס ליד, געשריבן בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה, זאָגט נבֿיאות אויף די שרעקן פֿון די קומענדיקע דרײַ יאָרן פֿון געבירטיגס לעבן.
אָט שטעלט ער פֿאָר דאָס ליד „גלאָקן קלאַנגען‟, וואָס געבירטיג האָט אָנגעשריבן אין אָקטאָבער 1941. פֿאָקס־ראָזען האָט קאָמפּאָזירט דאָס ליד מיט אַ בפֿירוש־פּסיכאַדעלישן טעם.
נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם אַלבאָם: //shop.goldenhorn.com/products/ghp039
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.