אַמאָל איז געווען אַ מלך. דער מלך איז געווען אַ גרויסער און אַ שטאַרקער, נאָר ער האָט נישט ליב געהאַט קיין ייִדן. האָט ער אַרויסגעגעבן אַלע מאָל אויף זיי נײַע גזירות, ווי פּרעה מלך מצרים.
איינמאָל — פּסח איז דאָס געווען — האָבן זיך צונויפֿגעקליבן בײַ אים אין סענאַט אַלע מיניסטאָרן און מע האָט זיך אַוועקגעזעצט טראַכטן, וואָס פֿאַר אַ נײַע גזירה זאָל מען אַרויסגעבן אויף די ייִדן?
ייִדן זאָלן נישט טאָרן זיצן אומעטום — איז שוין דאָ. ייִדן זאָלן ניט טאָרן זײַן קיין אָפֿיצירן — איז שוין דאָ. ייִדישע קינדער זאָלן נישט טאָרן זיך לערנען אין די גימנאַזיעס — איז שוין דאָ.
איז איינעם אײַנגעפֿאַלן, ער זאָל אַרויסטרעטן קעגן מצה. איז ער אַרויס מיט אַ מסירה — אַזוי און אַזוי. דײַנע ייִדלעך, אַז עס קומט פּסח, באַקן זיי אָן אויף אַכט טעג כּסדר אַזעלכע טרוקענע קײַלעכיקע קאָרזשעקלעך, וואָס מע רופֿט זיי מצה. ווער ווייסט, וואָס דאָס איז פֿאַר אַ מין מאכל! עס וואָלט געווען מער ווי רעכט, מע זאָל זיי פֿאַרבאָטן עסן מצה.
האָט זיך דער מלך פֿאַרטראַכט און האָט אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל, מע זאָל אים ברענגען אַ מצה.
האָט מען זיך געלאָזט איבער דער הויפּטשטאָט זוכן אַ ייִדן, נאָר מע האָט נישט געקאָנט געפֿינען קיין ייִדן. און אַז מע האָט געפֿונען אַ ייִדן און געפֿאָדערט פֿון אים אַ מצה פֿאַרן מלך, האָט ער געשוווירן, אַז ער עסט נישט קיין מצה. (די ייִדן האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ מוז זײַן אַ נײַע גזירה).
קוים מיט צרות, מיט לײַד האָט מען געפֿונען אַ ייִדן, וואָס האָט נישט מורא געהאַט אויסצוזאָגן, אַז ער עסט מצה. און מע האָט גענומען בײַ אים אַ מצה און מע האָט געבראַכט די מצה אין סענאַט פֿאַרן מלך.
דערזען די מצה, איז זי דעם מלך געפֿעלן געוואָרן, און ער האָט זי פֿאַרזוכט און שטיקלעכווײַז געגעסן, ביז ער האָט זי אויפֿגעגעסן.
און אַז ער האָט זי אויפֿגעגעסן, האָט זיך דער מלך געפֿילט נישט גוט. און אַלע מאָל ערגער און ערגער. און אַז ס׳איז אים געוואָרן גוט שלעכט, האָט מען אַראָפּגעבראַכט די בעסטע דאָקטוירים מיט די גרעסטע פּראָפֿעסאָרן פֿון לאַנד, און זיי האָבן אויסגעפֿונען, אַז בײַם מלך אין בויך געפֿינט זיך עפּעס אַ זאַך, וואָס טוט אים צום טויט.
האָט דער גרעסטער פֿון די פּראָפֿעסאָרן צוגעלייגט אַן אויער צום מלכס בויך און גענומען זיך צוהערן. הערט ער, ווי עמעצער זינגט דאָרטן. רופֿט ער זיך אָן צום מלך: „אַדוני קעניג! אויב דו וועסט מיר דערלויבן, וועל איך זיך דורכריידן מיט דעם, וואָס געפֿינט זיך בײַ דיר אין בויך‟.
זאָגט צו אים דער מלך: רייד.
רופֿט זיך אָן דער פּראָפֿעסאָר צו דעם וואָס בײַם מלך אין בויך: „זאָג מיר, ווער ביסטו?‟
ענטפֿערט אים יענער: „איך בין אַ ייִד‟.
„וואָס טוטסטו דאָ?‟
„גאָרנישט?‟
„אפֿשר וואָלטסטו אַרויס?‟
„איך וויל נישט‟.
„פֿאַר וואָס?‟
„דאָס איז מײַן עסק‟.
„גייסטו אַרויס, באַקומסטו אַ מתּנה‟.
„מיר ווייסן שוין, וואָסער אַ מתּמה: מע שיקט מיך אַרויס אין פֿיר און צוואַנציק שעה‟.
„פֿאַר וואָס?‟
„דערפֿאַר, וואָס איך בין אַ ייִד, און אַ ייִד טאָר דאָ נישט זײַן‟.
„אָבער אַז מע וועט דיר צוזאָגן, אַז דו מעגסט דאָ זײַן?‟
„מיר אַליין איז בלאָטע; איך וויל, אַז אַלע ייִדן זאָלן דאָ מעגן זײַן‟.
פֿונעם דאָזיקן שמועס האָט דער מלך זיך געפֿילט זייער נישט גוט. דער ייִד האָט גערעדט מיט הענט און מיט פֿיס און מיט אַלע אבֿרים, און דער מלך האָט געמיינט, אַז ס׳איז אַן עק פֿון זײַן לעבן. האָט ער אָנגעהויבן בעטן בײַ די פּראָפֿעסאָרן, זיי זאָלן מאַכן אַן עק. רופֿט זיך אָן דער עלטסטער פֿון די פּראָפֿעסאָרן צו דעם וואָס בײַם מלך אין בויך: „דער מלך זאָגט דיר צו, אַז דו וועסט דאָ מעגן זײַן וויפֿל דו ווילסט‟.
„האָב איך דאָך געזאָגט שוין, אַז פֿאַר מיר אַליין איז בלאָטע; איך וואָלט וועלן, אַז אַלע ייִדן זאָלן מעגן‟.
„גוט, אַלע ייִדן וועלן מעגן, אַבי גיי אַרויס וואָס גיכער‟.
„ווער זאָגט דאָס?‟
„דאָס זאָגן מיר, דאָקטוירים, נאָר אַזוי איז דער ווילן פֿונעם מלך‟.
„פֿון וואַנען ווייס איך דאָס?‟
„האָסט דאָך געהערט, ווי דער מלך זאָגט‟.
„דער מלך זאָגט — דאָס איז נאָך אַלץ ווייניק. איצט, אַז סע טוט אים וויי, זאָגט ער; שפּעטער, אַז ס׳וועט אים אויפֿהערן וויי־טאָן, וועט ער זאָגן עפּעס אַנדערש. אַזוי ווי פּרעה מלך מצרים‟.
„וואָס זשע ווילסטו?‟
„וויל איך, ער זאָל עס חתמענען, אַרויסגעבן אויף פּאַפּיר, דורכפֿירן דורכן סענאַט‟…
און דער ייִד, וואָס בײַם מלך אין בויך, האָט גענומען אַזוי שטאַרק וואַרפֿן מיט הענט און מיט פֿיס, אַז דער מלך האָט שוין מער נישט געקאָנט איבערטראָגן די ווייטיקן. האָט ער געהייסן, מע זאָל צונויפֿרופֿן די מיניסטאָרן און מע זאָל אָנשרײַבן אַ פּאַפּיר, צולייגן דעם מלכס חתימה און דורכפֿירן דורכן סענאַט אַ נײַעם געזעץ, אַז ייִדן מעגן וווינען דאָ אין דער קרוינשטאָט און אומעטום אינעם גאַנצן לאַנד פֿראַנק און פֿרײַ — והכּל שריר וקיים.
און ווי נאָר דער ייִד האָט דאָס דערהערט, האָט ער זיך געגעבן אַ שפּאַר־אַרויס דורכן מינדסטן פֿינגערל פֿונעם מלכס לינקער האַנט, זיך פֿאַרנייגט פֿאַרן גאַנצן סענאַט און איז גלײַך אַוועק צו זײַנע ברידער זוכן געשעפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.