נתן קאָרב איז געבױרן געװאָרן אין פּאַריז, אין 1917, אָבער צו קבֿורה איז ער אין יאָר 2002 געבראַכט געװאָרן ווי פֿרענסיס לעמאַרק. אַזאַ מעטאַמאַרפֿאָזע איז ניט קײן נאָװינע בײַ יענע פֿאַרמלחמהדיקע ייִדן, װעלכע איז נימאס געװאָרן צו זײַן אַ מענטש פֿון צװײטן סאָרט. נתן קאָרב איז ניט קײן אױסנאַם, און ס’איז גאָר ניט קײן װוּנדער, אַז זײַן בײַטראָג אין דער מאָדערנער פֿראַנצײזישער שאַנסאָן־קונסט, איז ביז גאָר גרױס. זײַן ליד „A Paris‟, װאָס ער האָט אָנגעשריבן אין 1949, איז געװאָרן אַ װיזיט־קאַרטל פֿון דער פֿראַנצײזישער הױפּט־שטאָט.
יענער פּאַריז עקזיסטירט שוין מער ניט. פּאַריז, די שטאָט פֿון ליבע, פֿון װוּנדער שײנע ניגונים און לעבעדיקע פֿאַרבן, האָט פֿאַרמאַכט די טירן פֿון אירע טעאַטערס און מוזײען, זײַנע גאַסן זײַנען לײדיק און נאָר די נר־תּמיד־ליכטלעך און בוקעטן פֿון טרױעריקע בלומען דערמאָנען אונדז, אַז די שטאָט איז ניט לאַנג צוריק געװען פֿול מיט לעבן און מלא־שׂימחה, פּונקט אַזױ װי די טרױעריקע, פֿאַרװעלקטע בלומען.
מענגעס פֿון פּאָליציאַנטן און סאָלדאַטן קוקן אַרײַן אין די פּנימער פֿון די אײנצלנע פֿאַרבײַגײער און זוכן סימנים פֿון בײזע כּװנות אין יעדער באַװעגונג פֿון די פֿראַנצײזישע בירגער, פּונקט אַזױ װי די גרױסע קינסטלער האָבן אַמאָל געזוכט און געפֿונען אין יעדן זונענשטראַל און קלאַנג אַ סיבה ליב האָבן און לױבן יעדע רגע פֿון לעבן.
אַדיע, פּאַריז, אַדיע… אַ מאָל איז אונדז געװען גוט צוזאַמען, אַיאָ?…
נתן קאָרב
אין פּאַריז
בליט די ליבע, און פֿליט
האַרץ צו האַרץ, ליד צו ליד,
און דער טרױם װײנט און לאַכט
יעדן טאָג, יעדע נאַכט
אין פּאַריז.
פֿרילינג־צײַט
קומט צו פֿליִען געשװינד
און ס’צעטאַנצט זיך דער װינט
אױף די דעכער, אין טרױם,
אין אַ נעסט אױפֿן בױם,
אין פּאַריז.
טאַנצט דער װינט
אינעם פֿרילינג־פּאַריז,
אין דער לופֿט שאַרף און זיס,
אין די פּאַרקן און שענק,
אױף דער גראָז, אױף די בענק
אין פּאַריז.
און די זון
קוקט מיט שמײכל אַרײַן
אין אַ גלעזעלע װײַן,
און צעשפּילט זיך און טאַנצט
אױף די געסלעך, אין גלאַנץ
פֿון פּאַריז.
רעפֿרען:
אַ שפּאַציר, האַנט אין האַנט,
און די הערצער — בײַנאַנד…
און געבליבן ער איז
אַלץ דער זעלבער פּאַריז.
אין קאַפֿע
אױפֿן באַרג מאָנפּאַרנאַס,
גלײַך אין מיטן דער גאַס,
שפּילט און שפּילט מאָנאָטאָן
ד’אַלטער אַקאָרדעאָן,
אין קאַפֿע.
אױפֿן טײַך
ליגט לבֿנה פֿאַרטראַכט,
טאַנצן שיפֿלעך בײַ נאַכט,
זיצן פּאָרלעך בײַנאַנד
אינעם גליקלעכן לאַנד
בײַ דעם טײַך.
און בײַ נאַכט
אױף דער ייִדישער בריק
מיט אַ טרױם אין זײַן בליק
זיצט אַ יאַט נע־ונד
מיט פּאַריז פּאַניבראַט,
יעדע נאַכט.
אין פּאַריז
פֿליט מײַן ליבע, און בליט
װי אַ טרױם אינעם ליד,
און דאָס האַרץ זינגט און לאַכט
יעדן טאָג, יעדע נאַכט
אין פּאַריז.
רעפֿרען:
אין פּאַריז, האַנט אין האַנט,
און די הערצער — בײַנאַנד…
אױף דער גאַס, בײַ דעם טײַך
ס’בליט דאָס לאַנד „ליבערײַך‟,
ס’איז אַ פֿרײלעכע בריק
פֿון אַ שׂימחה צו גליק,
װי אַ ליבע־קאַפּריז,
אײביק יונג איז פּאַריז.
אײביק יונג… מײַן פּאַריז…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.