Oyneg Shabes

ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

  • Print
  • Share Share

ס׳איז אַזוי פֿיל וואָכן זינט די דאָזיקע רובריק איז דערשינען, אַז ס׳רובֿ לייענער האָבן זיכער פֿאַרגעסן, אויב זיי האָבן געהערט דעם אויסצוג פֿונעם פֿריִערדיקן ליד. אָבער מיר ברענגען אײַך איצט אַ לענגערן אויסצוג — ס׳הייסט „קאַלט וואַסער‟, געזונגען אויפֿן ליטווישן דיאַלעקט פֿונעם גרויסן זינגער, טעאָדאָר ביקעל.

איצט נאַט אײַך נאָך אַן אויסצוג פֿון זייער אַן אַלט ליד, ממש אַ היסטאָרישס, וואָס זײַן טיטל איז דווקא ניט אַזוי שווער צו טרעפֿן. דעם ניגון וועט מען גלײַך דערקענען ווי „הלוואַי בין איך אין דיקסי‟ (I Wish I Were In Dixie), וואָס דאָס האָט געדינט ווי אַ מין אומאָפֿיציעלער הימען פֿאַר די קאָנפֿעדעראַטע דרום־שטאַטן אין דער צײַט פֿון דעם אַמעריקאַנער בירגערקריג. דאָס דאָזיקע ייִדישע ליד איז אויך ניט „פּאָליטיש קאָרעקט‟, אָבער ס׳איז פֿאָרט קאָמיש — אפֿשר דווקא דערפֿאַר, ווײַל עס פּאַסט אין גאַנצן ניט צום ענגלישן אָריגינאַל.

דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם זינגער און פֿונעם ליד וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com