Oyneg Shabes

װײַט, אין דער פֿרעמד...

Far Off in the Wilderness

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

  • Print
  • Share Share

אַז די צײַט שטעלט זיך אָפּ, װערט זי פֿאַרװאַנדלט אין אַ קײטל זכרונות.

שלום זאַלצמאַן איז ניפֿטר געװאָרן (ט’ בתּמוז) בײַ 77 יאָר, אין גמטריה מאַכט עס, עז — קראַפֿט, גבֿורה, מוטיקײט.

שולימקע איז געבױרן געװאָרן אין בעסאַראַביע, אין בעלץ, און אין 1941 איז ער אַנטלאָפֿן פֿון די דײַטשן, אין יאָר 1996 איז ער אַנטלאָפֿן קײן דײַטשלאַנד פֿון די בעסאַראַבער נאַציאָנאַליסטן.

אין דײַטשלאַנד האָבן מיר צוזאַמען געאַרבעט איבער צװײ פֿאָרשטעלונגען: „באָנציע שװײַג‟ און „דער רעגן־טױער‟. װען ער, אַ כאָרעאָגראַף פֿון גאָט, האָט פֿאַרלױרן אַ פֿוס, איז ער געבליבן דער זעלבער פֿרײלעכער „רױטער שולומקע‟, און ממשיך געװען צו אַרבעטן. דעמאָלט, מיט צען יאָר צוריק, נאָך דער אָפּעראַציע, בין איך געזעסן לעבן אים אין זײַן שטוב און מיר האָבן צוזאַמען געזונגען אַ פֿרײלעך לידל,

„אַ קוליעס־טאַנץ‟:

כ’װעל אַ שפּרונג טאָן אױף די קוליעס
און זיך לאָזן אין אַ טאַנץ.
אױפֿן שטערן — בלױע גוליעס,
אױפֿן קאָפּ — אַ שטערנקראַנץ.
רעפֿרען:
כ’זיץ אױף דער סטעליע,
אַזױ איז מיר אודאָבנע, —
די גאַנצע װעלט זעט אױס עפּעס קאַפּױער, ‒
און די פּמליא —
מלאָכים, עפּעס מאָדנע,
רױמט מיר אַרײַן אַ לידעלע אין אױער…
געלױבט איז גאָט,
כ’בין לעבעדיק און פֿרײלעך,
כ’האָב קײן מאָל ניט געװײנט און כ’װעל ניט װײנען.
כ’בין שיכּור־לוט
און לעב װי אַ בן־מלך.
איז לאָמיר הוליען און פֿרײען זיך אין אײנעם.

יאָרן לאַנג האָבן מיר געטרױמט װעגן אַ נײַער צוזאַמענאַרבעט, אָבער װען דער באַקאַנטער דײַטשער רעזשיסער מישע לינקע האָט אָנגעהױבן אַרבעטן איבערן ספּעקטאַקל „קאַנדל־צוקער‟ לױט מײַן פּיעסע „אַ ביטערע קאָמעדיע‟, האָבן מיר בײדע, איך און שולימקע, זיך פֿאַרמאָסטן אין שפּרינגען פֿון אײן אָפּעראַציע־טיש אױפֿן צװײטן.

מיט צװײ יאָר צוריק האָט מיר אָנגעקלונגען שולימקע און געבעטן איבערזעצן אױף ייִדיש דאָס ליד „מײַן ליבע שטאָט‟, װײַל ער װיל עס זינגען אױפֿן קאָנצערט, געװידמעט זײַן 75סטן יובילײ. װאָס פּלוצעם אַ ליד, װאָס איז געװען אָנגעשריבן אין יאָר 1939, פֿאַרן פֿילם „דער פּילאָט־פֿאַרניכטער‟. מילא, אַז אַ פֿרײַנד בעט… איצט פֿאַרשײ איך, דער רױטער שולימקע האָט זיך געגרײט אין װעג אַרײַן…

מײַן ליבע שטאָט

װערטער: יע. דאָלמאַטאָװסקי
מוזיק: נ. באָגאָסלאָװסקי, 1939

װײַט, אין דער פֿרעמד מײַן פֿרײַנד ז’אַװעקגעפֿאָרן.
נאָך אים די בענקשאַפֿט, װי אַ װינטל פֿליט.
די ליבע שטאָט האָט ער פֿאַרלאָזט אױף יאָרן,
דעם מײדלס האַרץ, דער מאַמעס ליד, און ליפּעס־צװיט.
די אַלטע שטוב האָט ער פֿאַרלאָזט אױף יאָרן,
דעם מײדלס האַרץ, דער מאַמעס ליד, און ליפּעס־צװיט.
אין װינט און שנײ, צעבלוטיקט… בײַ די צױמען
באַזיגט דעם טױט, קײן אױג ניט צוגעמאַכט;
די ליבע שטאָט זאָל װאַרטן און זאָל גלױבן
נאָר אין אַ ליבע אין אַ שטילער פֿרילינג־נאַכט.
די ליבע שטאָט זאָל שלאָפֿן און זאָל טרױמען
נאָר װעגן ליבע און דער שטילער פֿרילינג־פּראַכט.

און אַז מײַן פֿרײַנד אַהײם װעט זיך אומקערן,
די װעסנע װעט אים װאַרטן מיט אַ קראַנץ,
די ליבע שטאָט װעט אָנצינדן די שטערן
אין שטילן טײַך, אין מאַמעס טרער, אין מײדלס האַרץ.
די פֿרילינג־נאַכט װעט אױסלעשן די שטערן
און רוען שטיל אין מאַמעס טרער, אין מײדלס האַרץ.