בײַ אונדז אין הױף איז געװען זײער פּאָפּולער אַ מעשׂה װעגן דער מומע כינקע די מוטלעטשקע (פֿון מוטלען — טרײַבן רכילות). עס דאַכט זיך, אַז ס’איז ניט געװען קײן אײן זאַך אױף דער װעלט, װעגן װעלכער זי האָט ניט געהערט און ניט געװוּסט. מע דערצײלט, אַז אײן מאָל, אין מיטן העלן טאָג, כאַפּט זי זיך אַרײַן צו מאַטוסיע די צוקערניטשקע און טרעפֿט זי אין דער קיך בײַם זאָגן תּהילים. װאָס הײסט זאָגן?… ניט זי זאָגט, נאָר זי יאָמערט, קלאָגט, צערײַסט די הימלען אױף צװײען.
— װאָסי, מאַטוסיע־לעבן? װאָס פּלוצעם זאָגסט תּהילים? — חידושט זיך כינקע די מוטלעטשקע.
— אױ־װײ, אַ בראָך אױף מײַן קאָפּ. װי אַזױ זאָל איך ניט זאָגן תּהילים, װען מײַן הערשעלע קאָנטשעט* זיך פֿון אַ מאָגן־פֿאַרשטאָפּונג. אױ־װײ…
— און װאָס? תּהילים העלפֿט?
— מענטשן זאָגן, אַז יאָ…
כינקע איז אָפּגעזעסן בײַ מאַטוסיען נאָך אַ פּאָר מינוט און גלײַך געלאָזט זיך לױפֿן צו אַן אַנדער שכנה, צו כײַקעלע די װעבערקע. און אױך יענע זיצט, נעבעך, אין דער קיך און זאָגט תּהילים, נאָר צו דערװעקן די מתים.
— װאָסי, כײַקעלע־לעבן?… װאָס יאָמערסטו?
— אױ, װי אַזױ זאָל איך ניט יאָמערן, װי אַזױ זאָל איך ניט זאָגן תּהילים, װען שױן צװײ טעג װי פֿון מײַן יאַנקעלע גיסט זיך װי פֿון אַ װאַסערפֿאַל.
— כײַקע, הער אױף צו זאָגן תּהילים!!!
— פֿאַר װאָס???
— װײַל תּהילים טרײַבט!
איך װײס ניט, װי אין אַנדערע שטעטלעך, נאָר בײַ אונדז אין פֿלאָרעשט, און שפּעטער אין בעלץ, האָט יעדער געלערנטע ייִדענע געװוּסט, אַז „תּהילים טרײַבט‟. אָבער, אַז מע רעדט שױן ערנסט, הער איך ניט אױף זיך צו חידושן אױף װיפֿל פּראָגמאַטיש איז געװען אונדזער פֿאָלק אין דעם אױסקלערן אַ זאַבאַבאָנע, אַ סגולה, אַ האַק־טשײַניק־רפֿואה — ממש צו יעדער לעבנס־סיטואַציע. אָט האָט איר אַ פּאָר פֿון דעם שײנעם סאָרט „לינגװיסטישע פּראָשקעס‟.
◆ אַ קינד טאָר ניט גײן אַהינטער. װיפֿל טריט ער מאַכט, אַזױ פֿיל יאָר װעלן זײַנע עלטערן זײַן אין גיהנום.
◆ מיטװאָך בײַ נאַכט איז אַ סכּנה צו גײן אײנער אַלײן.
◆ מע טאָר זיך ניט װאַרפֿן מיט ברױט, װײַל עס ברענגט אָרעמקײט.
◆ אַז מע באַגעגנט אַ גלח, איז דאָס אַ שלעכטער סימן. אַז מע באַגעגנט אַ פּגר, איז דאָס אַ גוטער סימן.
◆ אין דער פֿרי טאָר מען ניט גײן באָרװעס.
◆ אַז מע גיט יענעם אַװעק דעם לעצטן ביסן, װעט שטאַרבן אַ שלעכטער מענטש.
◆ אַז מע ליגט ראַקעם**, װאַרט מען אױף געסט.
◆ װען מע שטײט מיטן הױלן קאָפּ אונטערן רעגן, װעט מען װאַקסן.
◆ אַז מע הײבט אָן זױגן אַ קינד, זאָל מען אָנהײבן מיט דער לינקער ברוסט.
◆ אַז מע איז עמעצן חושד אומזיסט, װעט יענער האָבן גוטע קינדער.
איז פֿאָרױס, ייִדעלעך, זײַט איר חושד יעדן אײנעם, אומזיסט און אומנישט, אױף אַזאַ אופֿן װעלן מיר, מירטשעם, אָנפֿילן די װעלט מיט גוטע און װױלע קינדער. אָמן, סלה!
* קאָנטשען זיך — אויסגיין
** ראַקעם — מיטן הינטן אַרויף
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.