פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/188787/
אָאַ פֿלעגט שרעקלעך מורא האָבן פֿאַר אַ רעגן, אָבער זיך באַהאַלטן פֿאַרן רעגן האָט ער נאָך ערגער מורא געהאַט. און טאָמער פֿלעגט אַראָפּ אַ רעגן, פֿלעגט ער נאָר שטענדיק פֿאַררײַסן דעם קאָפּ און שטיין אונטערן גאָס. איין מאָל איז אַוועק אַ שלאַקסרעגן, אָאַ האָט ווי שטענדיק אַ לאַנגע צײַט זיך צוגעהערט, ווי די רעגן־בײַטשן שמײַסן אים אין פּלייצע און צוואָגן אים די האָר פֿונעם נאַקעטן לײַב. פּלוצעם האָט ער זיך אַ ריס געטאָן פֿון אָרט און זיך געלאָזן לויפֿן. די ביימער אין וואַלד זײַנען געדיכט. דער רעגן איז נאָך געדיכטער. אָאַ גייט צווישן און אונטער, און דערזען אַ באַקאַנטן בוים אַן אויסגעהוילטן, האָט ער לאַנג געקלערט, גענומען מיט האַנט און מיט פֿוס זיך אַרויפֿגעקלעטערט אויפֿן בוים און אַרײַן אין אויסגעהוילטן חלל. פֿון רעגן איז ער שוין דווקא געווען געשיצט, אָבער ער האָט נאָך שטאַרקער מורא געהאַט און איז געזעסן און געציטערט.
אַקעגן איז געשטאַנען נאָך אַ בוים מיט אַ חלל. פּלוצעם האָט אָאַ דערשמעקט עפּעס דאָרט אַ חיה אין בוים, דער ריח איז עפּעס געווען אַנדערש ווי די חיות, וואָס ער עסט און ווי די, פֿאַר וועלכע ער האָט מורא. אָאַ האָט מיט שרעק און מיט אַן אײַנגעהאַלטענעם אָטעם גענומען קוקן אַהין צו יענעם בוים. פֿון דאָרט האָט אַרויסגעקוקט אַ באַשעפֿעניש אויך אויף צוויי און מיט אַן אויסגעגלײַכטן רוקן און געציטערט.
אָאַ האָט זיך אַליין געקאָנט זען נאָר אין טײַך, און איין מאָל אין אַ טיפֿער גרוב וואַסער האָט ער אַזאַ געזען. ער האָט אים געוויזן אַ האַנט, האָט יענער אים צוריק געוויזן, ער האָט צו אים געוואָרפֿן מיט אַ שטעקן, האָט יענער צוריק געמאַכט, און איצטער זעט ער עס אויף אַ בוים פּונקט אַזאַ חיה ווי יענע. אפֿשר איז דאָס ווײַטער יענע חיה? אָאַ האָט געגעבן אַ געשריי, יענע האָט געציטערט, געקוויטשעט אין זיך, און גענומען מיט בעטנדיקע אויגן אַרומקריכן אַרום זײַן בוים. אָאַ איז אַרויסגעשפּרונגען און גענומען אַנטלויפֿן, אָבער זי, די צווייטע חיה, איז ניט געלאָפֿן, זי איז נאָר נאָכגעגאַנגען שטיל נאָך אים. אָאַ’ט זיך אַלע מאָל אומגעקוקט און געזען, אַז ס׳ניט ער, ס׳איז אַזאַ ווי ער, נאָר מיט לענגערער וואָל אויפֿן קאָפּ, וועלכע שלעפּט זיך איר נאָך, האָט אָאַ אויפֿגעהערט לויפֿן, נאָר אַזוי זיך געגאַנגען אין דער לענג, בײַם ברעג פֿון טײַך. אין טײַך זײַנען געשוווּמען קאַטשקעס, איז אָאַ אַרײַן אין וואַסער, זיך אונטערגעטוקט און שטיל, שטיל צוגעוואַרט. אַ קאַטשקע איז צוגעשוווּמען נאָענט, האָט אָאַ זי געגעבן אַ שלעפּ פֿאַרן פֿיסל און איז אַרויס אויפֿן ברעג מיט גרייטן עסן. אָאַ עסט, און יענע באַשעפֿעניש ט’זיך אַוועקגעזעצט נאָענט־ווײַט און קוקט.
אַפֿריִער האָט אָאַ דערלאַנגט אַ בייזן קוק אַהין צו איר, האָט אויסגעשפּײַט די פֿעדערן און געריסן מיט די געזונטע ציין זײַן וואַרעמען רויב. יענע חיה איז אָבער ניט אַוועקגעגאַנגען און עקשנותדיק געוואַרט ביז אָאַ האָט אָפּגעגעסן. און ערשט דענסטמאָל זיך צוגערוקט אונטערקלײַבן די שיריים. ניט זי האָט מורא געהאַט, ניט זי האָט געפֿרעגט, אַזוי זיך צוגערוקט און מיט גרויס פּחד גענומען אַרומגריזען די ביינדלעך, די פֿליגעלעך און אויפֿקלײַבן די שיריים. אָאַ האָט ניט אויפֿגעהערט קוקן אויף איר און פּלוצעם זיך צעשמייכלט.
— אָאַ! — האָט זי געגעבן אַ זאָג מיט אַ גראָבן מאַנסבילשן קול און געוויזן אויף אָאַן.
אָאַ האָט אַ לאַנגע צײַט זיך צוגעהערט און פֿאַרגעדענקט, „אָאַ‟ האָט זיך בײַ אים צעגאָסן אין קאָפּ, און פֿון דענסטמאָל איז טאַקע בײַ אים געבליבן דער נאָמען אָאַ.
— אָאַ! — האָט זי אים נאָך אַ מאָל געזאָגט און ט׳זיך אויפֿגעהויבן גיין. דאָ איז אָאַ אַוועק נאָך איר און זי האָט אים פֿאַרפֿירט צוריק צום בוים. פֿון בוים האָבן אַרויסגעשטעקט קעפּעלעך פֿון צוויי קינדער און גענומען קלאַפּן איין אַנאַנדער אין די בײַכער, אין העלדזער פֿאַר פֿרייד, „גום‟ האָבן זיי געשריִען, און „גום‟ האָט זיי דערלאַנגט די איבערגעבליבענע ביינדלעך און נאָך אַ פֿראָש האָט זי זיי געבראַכט צו טראָגן פֿון טײַכל. די חבֿרה האָבן זיך צוגעכאַפּט און גענומען עסן. אָאַ האָט לאַנג געקוקט, און אים האָט זיך שטאַרק געגלוסט אַ שמיץ טאָן אַ שטיין אין נעסט אַרײַן גלאַט אַזוי, אָבער אַזוי הונגעריק איז ער ניט געווען און דורשטיק אויך ניט, האָט ער זיך אַרויפֿגעקליבן אויף זײַן בוים. ס׳שוין פֿינצטער און ער איז זאַט, די אויגן קלעפּן זיך אים, וועט ער שוין דאָ שלאָפֿן. ס’האָט ניט געוואַרט קיין רגע, און „גום‟ האָט אײַנגעדעקט די קינדער מיט גראָז און איז אַרויף צו אָאַן אויפֿן בוים, פֿריִער ניט זיכער און דערנאָכדעם שוין דרייסט זיך געזעצט צו אָאַן אויף זײַן צווײַג, עטוואָס צוגעטוליעט צו אָאַס לינקער האַנט. אָאַן איז געווען עפּעס זייער גוט. ער האָט ניט מורא געהאַט און נאָך צוגעהאַלטן גומען פֿאַר אַ שטיק האַנטביין, זי זאָל זיך ניט אַראָפּרײַסן.
אין דער פֿרי האָט ער זיך נאָך אַ ביסל געשפּײַט און געכּעסט זיך, אָבער צום טײַך טרינקען זײַנען זיי שוין אַוועק אין צווייען.
אַ סך מאָל איז געוואָרן ליכטיק און פֿינצטער, נאָר אָאַ האָט אָפּגעהיט דאָס אָרט, זעלטן ווען אַרײַנגעקוקט אין יענעם בוים, וווּ די עסערס האָבן געפּישטשעט און זיך געדראַפּעט, געשלאָפֿן איז ער אָבער שטענדיק בײַ זיך אין בוים און שטענדיק אין צווייען מיט גומען; אין גוטע שעהען, ווען ס׳איז געווען ליב דאָס לעבן, האָט ער אַנידערגעלייגט זײַן קאָפּ צו גומען אויף די קניעס, און יענע האָט אים געקאָרפּעט מיט די האַלטערס אין קאָפּ און מונטער געקוויטשעט אין זיך: אָאַ! אָאַ! אָאַ!
איין מאָל, אַזוי ליגנדיק, זײַנען זיך אַראָפּגעקלעטערט ביידע עסערס פֿון זייער נעסט און אַרויפֿגעלאָפֿן צו גומען אויפֿן בויך, אָנגעכאַפּט מיט די ציינער די וואַרעמע אָנוואַקסן אונטערן האַלדז און גענומען עסן; אָאַ האָט זיך אַ וואָרף געטאָן אויף די עסערס און איינעם פֿון זיי אַרויסגעזעצט אַ קוקער פֿון שטערן. אַז גום האָט דערזען אַזאַ זאַך, האָט ער געכאַפּט אַ שטיק בוים און געגעבן אָאַן איבערן קאָפּ. אָאַ האָט גענומען זיך אָפּרוקן, נאָר גום האָט אים לאַנג ניט אָפּגעלאָזן, נאָכגעלאָפֿן מיטן האָלץ און געקוויטשעט.
עטלעכע מאָל איז געוואָרן ליכטיק און פֿינצטער, און אָאַ האָט זיך ניט געוויזן צום בוים. דאָס קליינע עסערל מיטן איין קוקער האָט די גאַנצע צײַט געקרעכצט אין נעסט, און גום איז גאַנצע טעג אַליין אויסגעגאַנגען נאָך עסן, אַ מאָל האָט זי געבראַכט מילך אין די אָנוואַקסן און אַ מאָל זײַנען זיי געווען אין גאַנצן ליידיק. ביז איין מאָל האָט זיך אַראָפּגעוויזן אָאַ מיט אַ האַלבער אָפּגעריסענער חיה איבערן האַלדז פֿאַרוואָרפֿן, זיך דערנענטערט און מורא געהאַט צוגיין. גום האָט זיך אונטערגעגנבֿעט און אַ שלעפּ אַראָפּגעטאָן דאָס פֿלייש און גלײַך געכאַפּט רײַסן מיט די בײַסערס.
אָאַ האָט זיך אַנידערגעזעצט וואַרטן, און איז שוין אַזוי געבליבן צוריק אין זײַן היים.
גום איז ווײַטער פֿון טײַך ניט געגאַנגען, געהאַלטן זיך נאָענט צו די עסערס פֿאַרדערפֿאַר.
אָאַ פֿלעגט זיך אומשלעפּן ווײַט און אָפֿט זייער ווײַט, און אַ מאָל אַפֿילו איבער פֿינצטערן אין דער ווײַט, ביז ער פֿלעגט פּאָטשאַפּען עפּעס עסן. אָפּעסן און אַוועקגיין, דערנאָך זיך דערמאָנען און כאַפּן די שטיקלעך פֿעל, די שטיקלעך גייערס און דעם קאָפּ און טראָגן אַהיים. אין מיטן וועג דאַרף ער נאָך אַ מאָל אָפּעסן און דאָס רעשט פֿון דעסטוועגן ברענגען פֿאַר גומען און זײַנע עסערס.
איין מאָל נאָך אַזאַ וועג נעענטערט זיך אָאַ צום בוים און זעט, אַז גום קאַטשעט זיך איבער דער ערד, רעוועט און האַלט זיך בײַם בויך. איין מאָל האָט אים אויך געמוליעט דער בויך, איין מאָל שוין לאַנג, ס׳ניט געווען, וואָס צו עסן, נאָר ניט אַזוי. ער טראָגט איר די שטיקלעך עסן, שפּײַט זי זיך און טרײַבט אים. האָט ער געמוזט אַוועקגיין, נאָר דער בויך איז שוין בײַ גומען אַזאַ גרויסער, אַ סך העכער ווי די אָנוואַקסן אונטערן האַלדז.
אַוועק אָאַ צום טײַכל אַ ביסל, אָבער ער ט’זיך ניט אײַנגעהאַלטן און געקומען צוריק.
ערשט לעבן גומען ליגן נאָך צוויי עסערלעך. און בײַ גומען זײַנען די קוקערס נאַסע און זי שמייכלט. פֿריִער האָט אָאַ געמיינט, אַז ס׳זײַנען געכאַפּטע חיהלעך, אָדער געפֿונענע און זיך אַ וואָרף געטאָן צו זיי, שפּעטער האָט ער אָבער דערקענט, אַז ס׳איז ווײַטער עסערלעך, און גום שלעפּט זיי אויפֿן האַרצן און שטופּט זיי די אָנוואַקסן אין מויל.
אָאַ איז געוואָרן שטאַרק בייז און אומצופֿרידן פֿון אַזאַ זאַך. קוים איבערגעפֿינצטערט אויפֿן בוים און זיך אַוועקגעלאָזן אַזוי ווי נאָך שפּײַז, אָבער ער איז דאָס מאָל ווײַט ניט אַוועק, זיך אונטערגעזעצט אונטער אַ בוים און געוואַרט ביז גום האָט אײַנגענאַסטעט די קליינע עסערלעך אין אַ בוים און מיט די גרויסע האָט זי זיך אַוועקגעפּלאָנטערט צום טײַך. האָט זיך אָאַ אויפֿגעהויבן, צוגעגאַנגען צום נעסט און אַרויסגעשלעפּט ביידע עסערלעך. צעקלאַפּט גוט זיי, גוט אָן בוים, נאַקעטינקע זײַנען זיי נאָך געווען מיט זייער וויניק וואָל, און ער האָט פֿאַרשמיצט ווײַט.
דערנאָכדעם ערשט איז ער זיך אַוועק זײַן געוויינטלעכן וועג זוכן, ס׳זאָל זײַן וואָס לייגן אין מויל אַרײַן.
צום צווייטן פֿינצטער איז ער געקומען, זיך אונטערגעגנבֿעט צום בוים מיט גרויס מורא, אָבער, צו זײַן גרויס חידוש, איז שוין גום דאָרט ניט געווען, די גרויסע עסערלעך אויך ניט, און די נעסט איז געווען אַ קאַלטע און אין גאַנצן אַ פֿאַרלאָזטע.
אָאַ האָט געשמעקט, געריסן זיך די וואָל, געשריִען, די קוקערס זײַנען אים געוואָרן נאַס, דאָס האָט ער אפֿשר דאָס ערשטע מאָל אין זײַן לעבן זיך צעוויינט. אָבער קיינער הערט אים ניט און קיינער ענטפֿערט אים ניט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.