ווי אַ טייל פֿונעם גרויסן „קולטורפֿעסט‟, האָט די פֿאָלקסבינע אָרגאַניזירט אַ ריזיקן קאָנצערט פֿון חסידישער און חזנישער מוזיק אין צענטראַל־פּאַרק דעם 16טן יוני אונטערן טיטל „ייִדישע נשמה‟. אויפֿגעטראָטן זײַנען אַזעלכע שטערן פֿון דער פֿרומער וועלט ווי ליפּא שמעלצער, אַבֿרהם פֿריד, יאַנקי לעמער, נתנאל הערשטיק, יוסף מאַלאָוואַני, און „זושאַ‟.
מיר ברענגען אײַך דרײַ אויסצוגן פֿון דעם דאָזיקן קאָנצערט, פֿילמירט פֿון דער חסידישער נײַעס־אַגענטור „וואָס איז נײַעס?‟. אינעם ערשטן ווידעאָ זינגט ליפּא שמעלצער אַן אייגענעם נוסח פֿונעם אַלטן קלאַסיקער „רומעניע‟ — דווקא וועגן מאַנהעטן. מע קען אויך זען דעם סוף פֿונעם קאָנצערט, ווען אַלע האָבן אין איינעם געזונגען „זאָל שוין קומען די גאולה‟ פֿונעם פּאָעט שמערקע קאַטשערגינסקי. ווען קאַטשערגינסקי זאָל אויפֿשטיין און זען, אַז חסידים און חזנים זינגען זײַן ליד פֿאַר טויזנטער פֿרומע ייִדן, וואָלט ער געמיינט, אַז די גאולה איז שוין טאַקע געקומען…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.