Oyneg Shabes

ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

  • Print
  • Share Share

די וואָך האָט קלאַודיאָ קאָלאָסימאָ פֿון סאַאָ־פּאַאָלאָ, בראַזיל, ריכטיק געטראָפֿן, אַז אונדזער קאָמיקער הייסט בעני בעל און זײַן רעקאָרדירונג — „ייִדישע ראַדיאָ־טראַנסמיסיע‟. בעל איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאָמעדיע־אַלבאָמען, דער עיקר, אויף ענגליש, פֿון די 1940ער ביז די 1970ער יאָרן. דאָס סאַמע באַקאַנטסטע ליד זײַנס הייסט „גאָלקרעם‟ (Shaving Cream), אין וועלכן דאָס דאָזיקע וואָרט פֿאַרבײַט אַן אַנדער ענגליש וואָרט, וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ /ש/:

מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ קאָמיש לידל, פֿון אַ זינגער, וואָס מע ריכט זיך אפֿשר ניט, אַז ער זינגט קאָמישע לידער. דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם קאָמיקער און פֿונעם אַלבאָם וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.