Oyneg Shabes

שײנע צונעמען פֿאַר די שײנע ייִדעלעך

Surprising Nicknames for the Shtetl Jews

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

אַז אָך און װײ איז יענעם, װער ס‘איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ שײן ייִדיש פּיסקל. מע װעט אים צוטײלן אַזאַ פֿײַנעם צונאָמען, אַז אַפֿילו די צײַט װעט אים ניט קענען אָפּמעקן. הײַנט, װען דאָס ייִדישע שטעטל איז שױן געװאָרן ניט מער װי אַ יזכּור־בלעטל אין דער געשיכטע פֿונעם אײראָפּעיִשן ייִדנטום, װאָלט אפֿשר געװען גאָר ניט איבעריק אָנמעסטן אױף זיך יענע פֿײַנע שטאָט־צונעמען, אין װעלכע עס שטעקט די צינישע, און אין דער זעלבער צײַט, די הומאָריסטיש פֿרײַנדלעכע באַציִונג צו די אַחינו־בני־ישׂראל. פּאַראַדאָקסאַל איז, אַז דאָס רובֿ אַלגעמײנע כאַראַקטעריסטישע צונעמען פֿון די ייִדישע שטעטלעך זײַנען פֿאַרבונדן מיטן װאָרט „גנבֿ‟.

אין דער גרױסער קאָלעקציע, װעלכע מיט הונדערט יאָר צוריק האָט צונױפֿגעזאַמלט דער פֿאָלקלאָריסט שמואל לעהמאַן („בײַ אונדז ייִדן‟, װאַרשע, 1923) האָט יעדעס צװײטע ייִדישע שטעטל געהאַט אַ שײנעם צוגאָב, „גנבֿים‟. כּמעט דאָס זעלבע װעט איר געפֿינען אינעם בוך פֿון אַן אַנדערן ייִדישן פֿאָלקלאָריסט ש. באַסטאָמסקי („בײַם קװאַל‟, װילנע, 1920). שמואל לעהמאַן שטרײַכט אונטער, אַז „אַ סך שטעטלעך האָבן אַ סיבה פֿאַר װאָס מען רופֿט זײ אַזױ‟, אָבער אַז מע גיט אַ גוטן ניכטערן קוק, זעט מען, אַז דער צונאָמען „גנבֿים‟ װערט איבער הױפּט צוגעטײלט צו יענע שטעטלעך, װעלכע האָבן ניט געהאַט קײן חסידישע הױפֿן, און אױב יאָ, טאָ אין אַזאַ פֿאַל נוצט מען ניט קײן לשון־קודש־װאָרט „גנבֿים‟, נאָר עפּעס פֿאַרצױגן פֿון גױיִש, אַזױ װי „די גערער קראַדניקעס‟, „קאָברינער קאָניװאָדעס‟, אָדער „אין סקװירע איז איטלעכער אַ חסיד, אין יאַרמעלינעץ איז איטליכער אַ גנבֿ‟.

איך קום צו אַ מסקנא, אַז דער צונאָמען „גנבֿים‟ אין שײַכות צו אַ װעלכן ניט איז שטעטל, איז אַ מעטאַפֿאָרישע גוזמא, אין נוסח פֿון שלום־עליכמס דערצײלונג „קאָנקורענטן‟, אַניט מאַכט עס אַן אײַנדרוק פֿון אַ קרימינעלער נטיה פֿון אַ גאַנץ פֿאָלק, װײַל די געאָגראַפֿיע פֿון די „גנבֿים‟ איז פּשוט אַ גװאַלדיקע, דהײַנו: אישביצער גנבֿים (לעבן לובלין), אָכאָטער און אָליקער גנבֿים (װאָלין), באָגעליצער גנבֿים (לעבן װאַרשע), אָרינער גנבֿים (לעבן קיִעװ), יאַכלאָנאָװער גנבֿים (לעבן פּאָלטאַװע) אאַ”װ.

אַ טײל פֿון די ייִדישע שטעטלעך האָבן באַקומען אַ „בלאַטן צונאָמען‟ לױטן כאַראַקטער פֿון זײערע גנבֿות: אײשישאָקער פֿערד־גנבֿים אָדער קאָניקראַדעס (לעבן װילנע), אָפּאָלער האָבער־גנבֿים (לעבן לובלין), באָברױסקער (אױך יונעװער) אַרעסטאַנטן (לעבן קאַמיענעץ־פּאָדאָלסק), בורשטינער כײַטשוליקערס (גאַליציע, כײַטשוליקער איז אַ באַראָן פֿון די גנבֿים) און אַנדערע.

אַ שפּאַס, אָבער אַ טײל פֿון די „באַנדיטסקע‟ צונעמען האָבן יאָ געהאַט אַ ממשותדיקן יסוד, אַזױ װי, צום בײַשפּיל, די װאַורקער מתים־ציִער (תּכריכים־גנבֿים), ניט דאָ און ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט.

אַחוץ דעם, װאָס לױט די ייִדישע שטעטל־צונעמען קען מען לערנען אַנטראָפּאָנימיק, זײַנען אַ טײל פֿון די טאָפּאָנימישע צונעמען און אױסדרוקן ביז גאָר בילדעריש. צום בײַשפּיל, ביאַליסטאָקער טײ מײנט זײער שװאַכע טײ, טײ אָן עסענץ, הױלע װאַסער. די תּושבֿים פֿונעם שטעטל אילאָק, לעבן קאָװנע, האָט מען גערופֿן, אילאָקער פֿאַרפֿל־צימעס; די תּושבֿים פֿון דעװענישאָק, לעבן װילנע — דעװענישקער זװאָניאַקעס (גלאָקן־קלינגער).

מע דערצײלט, אַז אין דעװענישאָק איז געװען א גלאָק, אין װעלכן מען פֿלעגט קלינגען בשעת אַ שׂרפֿה. אַ פּאָר דעװענישקער „חכמים‟ האָט זיך אַ מאָל פֿאַרגלוסט צו דערשרעקן דעם עולם. זײ האָבן גענומען אַ שטיק לעבער און צוגעבונדן צום צינגל־שטריק פֿונעם גלאָק. דאָס האָבן דערשמעקט די הינט און אָנגעהױבן צו ציִען פֿאַרן שטריקל, דער גלאָק האָט אָנגעהױבן צו קלינגען. דער עולם פֿון די אַרומיקע דערפֿער איז זיך אומזיסט צונױפֿגעלאָפֿן. די „דעװענישקער חכמים‟ האָבן געלאַכט. אױב די „דעװענישקער זװאָניאַקעס‟ האָבן געלאַכט, פֿאַר װאָס זאָלן מיר ניט לאַכן?…