ווען איז דאָס געווען?
— ווײַזט אויס זייער לאַנג.
מע דאַרף זיך אומקוקן צוריק און קוקן, און קוקן, און קוקן. קוקן אַזוי לאַנג, ביז ס׳וועלן אַוועקשווימען די שטעט, ביז ס׳וועלן אַוועקשווימען די דערפֿער און ביז ס׳וועט אַפֿילו קיין איין שטוב קיין מענטשישע נישט בלײַבן. פֿון אונדזערע סעדער מיט גערטנער וועט נאָך קיין זכר נישט זײַן, ווײַל דענסטמאָל האָבן אויפֿן אָרט פֿון אונדזערע איצטיקע הויך און שיין געבויטע שטעט געהויערט שטיינער באַוואַקסענע מיט מאָך, זיך געצויגן ביימער טויזנט־יאָריקע צו די הימלען און זיך געפֿלאָכטן אין געדיכטע פֿאַרצווײַגטע וועלדער.
וווּ ניט וווּ האָט אַ טײַכל געלעקט די וואָרצלען פֿון די ביימער און זיך געשלענגלט צווישן וועלדער; וווּ ניט וווּ האָט אַ קוואַל געשלאָגן טאָג־אײַן טאָג־אויס, יאָר־אײַן יאָר־אויס, געזונגען איין און דעם זעלביקן אומעטיקן ניגון, און קיינער האָט זיך צו אים נישט צוגעהערט. און דאָס איבעריקע זײַנען געווען גרויסע שפּיגל־ימען, וועלכע האָבן זיך אַ מאָל מיט די ווינטן געשפּילט און געטריבן גרויסע כוואַליעס שוים, אַ מאָל אַנטקעגן הימל זיך געצויגן און געשפּיגלט זיך מיט זון.
צווישן די דעמאָלטיקע חיות, וואָס האָבן דענסטמאָל געשפּאַצירט איבער די וועלדער, זײַנען אויך אַרומגעגאַנגען צוויי־פֿיסיקע באַשעפֿענישן אַזעלכע, באַוואַקסענע, נאַקעטע — ווען דערשראָקענע און דערפֿרוירענע, צעכּעסטע און פֿאַרביטערטע, און ווען אַזוי־זיך. בשעת דער מאָגן איז געווען פֿול, די זון האָט געוואַרעמט און קיין סכּנה איז נאָענט ניט געווען, האָט מען זיך אַ שפּיל געטאָן איבערן וואַלד אויף אַ גלאַט שטיקל פּלאַץ, אַ שמייכל געטאָן און זיך געפּרוּווט מיט די ציין און מיט די פֿינגער דראַפּען איין אַנאַנדער און ראַנגלען זיך אויף צו כּלומרשט. אָט די־אָ חיות, וואָס זײַנען געגאַנגען נאָר אויף צוויי פֿיס און מיט אַ האַלב אויסגעגלײַכטן אויפֿגעשטעלטן רוקן, זײַנען, ווײַזט אויס, געווען די אור־אוראַלטע מענטשן אונדזערע, אַזוי צו זאָגן, עלטער־עלטער־זיידעס.
פֿון איינעם פֿון אָט די חיות וויל איך אײַך איצט וואָס דערציילן — אָאַ האָט ער געהייסן.
פֿון אַל דאָס ערשט האָט ער גאָרנישט געהאַט קיין נאָמען נאָר שפּעטער אַ ביסל, ווי איר וועט באַלד זען, האָט ער געמוזט באַקומען אַ נאָמען, האָט מען אים גערופֿן אָאַ.
אָאַ, אַז ער האָט זיך אַליין געפֿונען און דערזען זיך, איז ער שוין געווען אַ היפּשע חיה. ליגנדיק האָט ער שוין פֿאַרנומען אַ שטיק פּלאַץ אפֿשר פֿון צוויי שפּאַן אין דער לענג. אַ מאָגערער איז ער געווען און איינער אַליין געלעגן אין אַ גרוב און אין בויך האָט אים שטאַרק געביסן, ער האָט געוואָלט עסן. געהאַט האָט אָאַ אַ מאָל טאַטע־מאַמע, און נאָך אַ סך אַזעלכע חיות ווי ער זײַנען אין דעם קאַנט געווען, נאָר אַנומלטן איז זיי אויסגעגאַנגען שפּײַז אויף דעם ווינקל, שווער איז זיי געווען צו געפֿינען אַ חיה אויף הרגענען, און גראָזן זײַנען געווען אין דעם קאַנט ווינציק, האָבן זיי זיך אויסגעקליבן איין מאָל פּלוצעם דערינען און געלאָזן זיך גיין אין אַן אַנדער וואַלד. אָאַ איז דענסטמאָל קראַנק געווען, האָט מען זיך ניט געוואָלט שלעפּן מיט אים, קליינע חיהלעך מוז מען טראָגן, זיי זײַנען פּיצעלעך, זיי זײַנען קינדער און קענען ניט גיין, איז ער געבליבן.
וויפֿל מאָל איז געוואָרן ליכטיק און פֿינצטער, ביז ער איז געזונט געוואָרן, ווייסט ער ניט, ער ווייסט אַפֿילו נישט צי מיט אים איז עפּעס געשען, ער האָט זיך געפֿונען אין וואַלד. פֿון הייל האָט ער, ווי עס ווײַזט אויס, שוין לאַנג אַרויסגעפּויזעט און פֿאַרקראָכן אַהער, מאָגער איז ער געווען, און אין בויך האָט אים געקיצלט עסן, האָט ער זיך צוגערוקט צו אַ בוים, גענומען גריזען פֿון אים די קאָרע און שפּעטער (די קאָרע איז געווען ביטער) האָט ער זיך גענומען צו די וואָרצלען, פֿונאַנדערגעקאַלופּעט די ערד פֿון אויבן און נאָך דעם זיך אָנגעגריזעט מיט דעם זאַפֿטיקן האַרטן וואָרצל. אַ סך מאָל איז שוין אָאַן געוואָרן ליכטיק און פֿינצטער, און ער איז שוין אויסגעוואַקסן נאָך אויף אַ האַלבן שפּאַן און געוואָרן געזונט. פֿאַר דער צײַט האָט ער זיך אַ סך זאַכן אויסגעלערנט. ער האָט שוין באַוויזן אַזעלכע חיהלעך פֿיר־פֿיסיקע צו הרגענען און זיך אָנזויגן מיט זייער בלוט, און טאָמער איז ער געוואָרן ווײַטער הונגעריק און ס’ניט געווען קיין וואַרעמס, האָט ער געביסן דאָס קאַלטע פֿלייש מיט זײַנע שטאַרקע ציין. איין מאָל האָט ער דערפֿילט, אַז אין דעם אָרט, וווּ ער איז געלעגן, לעבן דער חיהס וואָל, איז אים וואַרעמער ווי ערגעץ אַנדערש, האָט ער זיך נישט געפֿוילט, אָפּגעריסן אַ פּאָר שטיקלעך פֿעל פֿון חיהלעך און די גאַנצע קאַלטע צײַט אַרומגעשלעפּט זיך מיט שטיקלעך פֿעל פֿאַרוואָרפֿן אָדער אויף דער פּלייצע אָדער אויפֿן פֿאָרנט און זיך צוגעלערנט היטן פֿון גרעסערע חיות, וועלכע האָבן שווערע טרעטערס און שאַרפֿע צעכּעסטע בײַסערס. ער פֿלעגט זיך אַרומכאַפּן אויף אַ בוים און קוקן ווי יענע שטיקט און רײַסט אַ קלענערע חיה און האַלט אין איין פֿרעסן. ניט איין מאָל פֿלעגט אָאַ ניט פֿאַרגינען דער חיה דעם עסן אירן, און געבן אַ רעווע פֿון פֿולן בויך, אַז יענע זאָל זיך דערשרעקן און אַנטלויפֿן, און אויב ניט, האָט ער זיך ניט געפֿוילט אָפּברעכן אַ צווײַג אויך און געבן אַ שמײַס אַהין, און מיט שטעקנס אָדער מיט שטיינער זיך שלאָגן האָט ער געקענט שוין פֿון לאַנג.
(המשך אין קומענדיקן „עונג שבת‟)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.