Oyneg Shabes

די מאַמע פֿונעם ייִדישן מאָנטרעאָל

The Den Mother of Yiddish Montreal

  • Print
  • Share Share

בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ האָט דער „פּראָיעקט פֿאַר געשיכטע בעל־פּה‟, אָנגעפֿירט פֿון דער מיטאַרבעטערין קריסטאַ וויטני, שוין דורכגעפֿירט הונדערטער אינטערוויוען מיט באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, למשל, מיטן ניט־לאַנג פֿאַרשטאָרבענעם אַקטיאָר לענאַרד נימוי. וויטני באַמיט זיך אויך זיך צו טרעפֿן מיט די קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער, כּדי צו דערוויסן זיך מער וועגן וויכטיקע מענטשן, וואָס קענען צו אונדז שוין ניט רעדן פֿון יענער וועלט.

אַזוי האָט זי אינטערוויויִרט אוירווינג מאַסי, דעם זון פֿון דער פּאָעטעסע אידאַ מאַזע. אין דעם דאָזיקן פֿילם האָט וויטני אַרײַנגעפֿלאָכטן אויסצוגן פֿון דעם דאָזיקן אינטערוויו מיט רעקאָרדירונגען פֿון מאַזע אַליין, געמאַכט אין דער מאָנטרעאָלער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין די 1950ער יאָרן. אויף דעם אופֿן באַקומען מיר אַן אינטימען פּאָרטרעט פֿון אַ פֿרוי, וואָס האָט צענדליקער יאָרן געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם קולטור־לעבן פֿונעם „ירושלים ד’קאַנאַדע‟.