Oyneg Shabes

„לאָז מיך נישט אַליין‟

“Don’t Leave Me”

  • Print
  • Share Share

דער ייִדישער זינגער און אַקטיאָר מענדי כּהנא, וואָס פֿירט אָן מיט דער אָרגאַניזאַציע „יונג ייִדיש‟ אין ישׂראל, איז אַליין אַ געבוירענער אין בעלגיע. ווייסט ער אַוודאי וועגן דער בעלגישער מוזיק־טראַדיציע, און ער זינגט אָפֿט באַקאַנטע לידער פֿונעם גרויסן בעלגישן זינגער זשאַק ברעל. ברעל איז געוואָרן אַ שטערן, פֿריִער אין בעלגיע און פֿראַנקרײַך — דער עיקר, האָט ער געזונגען אויף פֿראַנצייזיש — און דערנאָך איבער דער גאַנצער וועלט. איבער פּערזענלעכע סיבות, האָט ער באַשלאָסן אין 1966, אויפֿן הויכפּונקט פֿון זײַן באַרימטקייט, אויפֿצוהערן אויפֿצוטרעטן מיט קאָנצערטן. עטלעכע יאָר האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט מאַכן פֿילמען, אָבער זײַן לעבן איז פֿרי פֿאַרשניטן געוואָרן דורך אַ ראַק אין עלטער פֿון 49.

כּהנא זינגט דאָ זײַן אייגענע ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם ליד „לאָז מיך נישט אַליין‟ (Ne me quitte pas).