מע זאָגט, אַז יעדע פּרי קומט צו איר צײַט, בפֿרט ווען עס קומט צו זינג־און טאַנץ־קולטור. עס איז שװער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אין די הײַנטיקע טאַנצקלובן אָדער נאַכטקלובן װעט עמעצער גײן טאַנצן אַ מענועט, אַ װאַלס אָדער אַ „פּאָלאָנעז‟. די טאַנץ־און זינג־מאָדע האָט צו טאָן ניט בלויז מיט דער מאָדע פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט, נאָר אױך מיט דעם, װאָס ס׳װעט קומען שפּעטער. צום בײַשפּיל, װער װעט הײַנט טאַנצן אַ קרעכץ־דאַנס, װעלכן מען װעט אָנהײבן טאַנצן אין דרײַסיק יאָר אַרום.
די אַלע זאַכן האָבן אַ דירעקטע שײַכות צום „טאַנגאָ‟, װעלכן מיט הונדערט יאָר צוריק װאָלט מען אַפֿילו ניט אַרויפֿגעלאָזט אױף דער שװעל פֿון אַן אָרנטלעכער לײַטישער שטוב. די קולטור־עליטע האָט אים, דעם טאַנגאָ, געהאַלטן פֿאַר אַ װוּלגאַרן אױסדרוק פֿון די „נידעריקע‟ געזעלשאַפֿט־שיכט. דעם אמת געזאָגט, זײַנען די טעקסטן פֿון יענע טאַנגאָס געװען און געבליבן װוּלגאַר און פּרימיטיװ, נאָר די מעלאָדיעס… די מעלאָדיעס טראָגן אין זיך דעם זעלבן סודותדיקן פֿלאַם, װעלכן עס פֿאַרמאָגט „פֿלאַמענקאָ‟. פֿון אַלע טאַנגאָס, איז צום מערסטן פּאָפּולער געבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג „על טשאָקלאָ‟, מער באַקאַנט װי דער „אַרגענטינער טאַנגאָ‟.
און אָט, זײַט באַקאַנט מיט דער ייִדישער װערסיע פֿון דעם־אָ פֿענאָמען, װאָס איך האָב גימוזט „צוקעמען‟, כּדי, חלילה, ניט אָנרירן דעם כּבֿוד פֿון אונדזער ראַפֿינירטן ייִדישן לײענער.
װען איך דערהער די זיסע קלאַנגען פֿון דעם טאַנגאָ,
װאָס די לבֿנה האָט צעזײט צװישן די זאַנגען,
און אױף די פֿליגלען פֿון דער נאַכט, מיט שאָטנס לאַנגע,
געבראַכט צו מיר און מײַן נשמה האָט געפֿאַנגען.
פֿון שטורעם־קלאַנגען קען קײן האַרץ זיך ניט באַהיטן,
און עס צעשפּילן זיך פֿון ליבע די געבליטן…
אַ ניגון־משקה — אײַז און פֿלאַם און רױטע בליטן —
אָט אין גן־עדן, אָט אין גיהנום רופֿן מיך…
אַ ים פֿון גליקן,
אַ שטראָם פֿון ליבע־טרערן,
פֿון דײַנע בליקן
מע קען פֿאַרברענט גאָר װערן,
און די לבֿנה
צעשפּילט זיך מיט די שטערן
און װיל נאָר הערן
דעם טאַנגאָ אָן אַ סוף…
אַך, דו, מײַן טאַנגאָ…
אױף יאָרן לאַנגע…
איך הער די גלעקלעך פֿון די שיך
בײַ מיר אין האַרצן
דאָס לעבן גאַנצע
דו יאָגסט מיך אָן.
די יאָרן פֿליִען…
די הערצער בליִען…
און אין די טרױמען זע איך
יעדע נאַכט דאָס זעלבע —
איך טאַנץ אַ טאַנגאָ
און עס װײנט באַנדאָנעאָן.
אין שטױב פֿון געסלעך בײַ דער בריק „פּוענטע אַלסינאַ‟ (פּונטעאַל’סינאַ)
װוּ ס׳האָט די ליבע זיך געטובֿלט אין דער שׂינאה,
אונטער די הימלען פֿון דער זילבער־אַרגענטינע
האָט זיך דער ליבע־טאַנץ באַהעפֿט מיט אַ נגינה.
פֿון טאַנגאָ־קלאַנגען קען קײן האַרץ זיך ניט באַהיטן,
און עס צעשפּילן זיך פֿון ליבע די געבליטן.
אַ ליבע־אָטעם — אײַז און פֿלאַמענדיקע בליטן —
אין אַ גן־עדן פֿונעם טאַנגאָ ברענגען מיך…
אַך, דו, מײַן טאַנגאָ…
… און אַזױ װײַטער, ביז אין װײַסן טאָג אַרײַן.
מײַנע דאַמען און הערן, װאָס זאָל איך אײַך זאָגן?… אַבי געזונט, און אַ ביסל מזל, פֿון יענעם אומגעריכטן סאָרט מזל, װאָס האָט געהאַט דער „אַרגענטינער טאַנגאָ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.