Oyneg Shabes

„מאַמע, זײַ מיר מוחל!‟

“Mother, Please Forgive Me!”

  • Print
  • Share Share

דאָס ליד הייסט אויף ענגליש Memorial Day. ס׳האָט אָבער גאָרניט צו טאָן מיטן אַמעריקאַנער „אָנדענקטאָג‟ און אויך ניט מיטן „יום הזיכּרון‟ אין ישׂראל; דער זינגער, שמשון קעמעלמאַכער, זינגט עס אין אָנדענק פֿון זײַן אייגענער פֿאַרשטאָרבענער מאַמען. קענטיק, אַז ר’ שמשון האָט ניט גענוג אָפֿט געקלונגען צו זײַן מאַמען, ווען זי איז נאָך געווען בײַם לעבן, און איצט פֿילט ער זיך שולדיק. נאָר וואָס קען מען טאָן, אַז די מאַמע איז שוין ניטאָ? מע קען בלויז זינגען און אויסגיסן דאָס ביטערע האַרץ…