Oyneg Shabes

אױף דעריבאַסאָװסקע־גאַס אין אָדעס

On Deribasovske Street in Odessa

  • Print
  • Share Share

צו זאָגן, אַז די אָדעסער דעריבאַסאָװסקע־גאַס איז שײן, איז פּונקט װי גאָרניט געזאָגט; די גאַס איז פּשוט אַ שטיק פֿײַנקונסט, און פֿאַר איר רעלאַטיװ קורצן לעבן קען זי דערצײלן מער מעשׂיות װי לאָנדאָן מיט פּאַריז אין אײנעם. אַזױ, װי כ’האָב אײַך צוגעזאָגט מיט אַ װאָך צוריק, גײ איך איצט איבער צום צװײטן ליד אױף דער מעלאָדיע פֿונעם „אַרגענטינער טאַנגאָ‟, דאָס מאָל װעגן די שײנע „מאַנסעס‟, װעלכע פֿלעגן זיך טרעפֿן אין די אַמאָליקע ייִדישע שענק אױף דער דעריבאַסאָװסקע־גאַס, אין אָדעס.

אױף דעריבאַסאָװסקע ז’געװען אַמאָל אַ שענקל

אויף דעריבאַסאָװסקע מ’האָט אױפֿגעמאַכט אַ שענקל,
דאָרט יעדע נאַכט די בלאַטע חבֿרה קװעטשן בענקלעך,
מיט זײ — נקבֿהלעך: מאַרוסיע, שפּרינציע, הענקל
און זײער פּאַסטעך, יאַנקל שמאַרעװאָז.
צװײ האַלבע מײדעלעך און צװישן זײ אַ בחור,
אַ מאָדנע בריה מיט אַ ביקסל און אַ פֿאָכער,
ער טראָגט אַ קלײדל און פּאָר װאָנציעס װי אַ זכר,
און איז דער גלאַװנע בײַם שטעלן אַ טאַנגאָ.
שפּעט אױף דער נאַכט ס’האָט זיך געיאַװעט ראָזע־רײזל,
אַ שטיקל בערגל, אָבער קלוג װי אַ קלײן אײזל…
דער שמאַרעװאָזניק האָט איר צוגעשיקט אַ גרײזל:
„אָט קומט מיט מיר צו מאַכן אַ טאַנגאָ!‟
און ראָזע־רײזל האָט אַרײַנגעקװעטשט איר פּיפּיק
דעם שמאַרעװאָזניק אין זײַן פֿײַערדיקן זשיפּיק,
אים צוגעדעקט מיט אַ גאָר ברײטן שאָרסטקע ליפּיק,
און זיך געלאָזט צו פּראַװען אַ טאַנגאָ.
אַ לעק אַהער, אַ קװעטש אַהין, און ס’האָט געטראָפֿן,
דער שמאַרעװאָז איז װי אַ קעלבל אײַנגעשלאָפֿן…
די שװערע דאגות פֿון זײַן האַרץ זענען אַנטלאָפֿן,
און ראָזע־רײזל האָט פֿאַרענדיקט דעם טאַנגאָ.
און דאָ אַראָנטשיק, פֿון די װילדע בלאַטע יונגען,
איז, װי אַ טשיריק, אױף דער מױד אַרױפֿגעשפּרונגען,
און אױסגעקרענקט פֿון זײַנע הײזעריקע לונגען:
„איצט קומט מיט מיר אָפּקנאַקן אַ טאַנגאָ!‟
דער שמאַרעװאָז איז פֿונעם רעש גלײַך װאַך געװאָרן
און האָט אַראָנטשיקן אין פּיסק אַרײַנגעפֿאָרן:
„דאָס גאַנצע לעבן בײַ די טױטע זאָלסטו שנאָרן!
האָסט מיר אַ תּל געמאַכט דעם קאָנטשען אַ טאַנגאָ!‟
אַראָנטשיק האָט זיך סטראַשנע אָנגעבלאָזן:
„צװישן די בלאַטע איז נישטאָ קײן פּאָדלע האָזן,
איך פֿײַף זיך אױס אױף דיר און אױף דײַן ראָזע,
און אױף דײַן לעצטן נאַרישן טאַנגאָ.‟
אַראָנטשיק בײזערט זיך און שלעפּט אַרױס אַ מעסער…
עס רינט די יושקע, װי די משקה פֿון די פֿעסער.
די זשמור־קאַנטאָרע האָט געמאָלדן הײַנט די פּרעסע —
ז’ניטאָ שױן װער זאָל טאַנצן אַ טאַנגאָ.
אויף דעריבאַסאָװסקע ז’אַמאָל געװען אַ שענקל,
דאָרט פֿלעגן בלאַטע־לײַט בניחא קװעטשן בענקלעך.
ז’נישטאָ מער שיקסעלעך — מאַרוסיע, שפּרינציע, הענקל,
און זײער פּאַסטעך יאַנקל שמאַרעװאָז.

אַלץ, װאָס מיר איז געבליבן, איז צו פֿאַרטײַטשן אַ פּאָר „שײנע‟ װערטער, װעלכע, צום באַדױערן, זײַנען כּמעט פֿאַרלױרן געגאַנגען:

קװעטשן בענקלעך — זיצן
קאָנטשען — מאַכן אַ סוף
זשמור־קאַנטאָרע — חבֿרא־קדישא
יושקע — בלוט
הראַבליעס — הענט
שמאַרעװאָז, שמאַרעװאָזניק — אַ סרסר, אַ שומר פֿון די זונות
ליפּיק — צונג
זשיפּיק — מױל

איװדע װאָך, מירצעשעם, װעל איך אײַך באַקענען מיט דער ייִדישער ליטעראַרישער איבערזעצונג פֿון „על טשאָקלאָ‟ און מיט דעם װעלן מיר, װי מע פֿלעגט זאָגן אין אָדעס, קאָנטשען דעם טאַנגאָ.