Oyneg Shabes

ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

  • Print
  • Share Share

די וואָך האָט קיינער ניט געטראָפֿן אונדזער ליד: „באָרג מיר דײַן ווײַב‟ פֿון דזשייקאָב דזשייקאָבס, רעקאָרדירט אין 1919. דזשייקאָבס, וואָס אין דער אמתן האָט ער געהייסן יעקבֿ יאַקובאָוויטש, איז איבער אַ האַלבן יאָרהונדערט געווען אַ וויכטיקע פֿיגור אינעם ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק. צום בעסטן איז ער הײַנט באַקאַנט ווי דער מחבר פֿונעם ליד „בײַ מיר ביסטו שיין‟, וואָס ער האָט אָנגעשריבן צוזאַמען מיטן קאָמפּאָזיטאָר שלום סעקונדע אין 1931. אין זילבערצווײַגס לעקסיקאָן שטייט, אַז דזשייקאָבס איז געבוירן געוואָרן אין ריסק, אונגערן, אין 1890. „אין 1904 געקומען קיין אַמעריקע, געאַרבעט אין אַ סאָדע־פֿאַבריק, אַרומגעטראָגן סאָדע־וואַסער, שפּעטער געאַרבעט אין אַ בלעך־פֿאַבריק, און צום סוף זיך געלערנט שנײַדערײַ‟. ער האָט אָבער אָנגעהויבן זינגען און שפּילן אין וואָדעוויל נאָך אין 1907, און ווײַטער אַזוי ביז ער איז געשטאָרבן אין 1977. הערט דאָס גאַנצע ליד:

מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ליד, וואָס מיר האָבן מורא, אַז אַ סך מענטשן וועלן עס דערקענען — איז אײַלט זיך! דער ערשטער, וואָס וועט ריכטיק טרעפֿן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, און זינגער, וועט געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.