בערך מיט 100 יאָר צוריק האָט אַן אַרגענטינער מוזיקער אַנכעל װידזשאָלדאָ אָנגעשריבן אַ ליד, װאָס האָט גלײַך באַהערשט די װעלט און געװאָרן אַ מלכּה פֿון די אַרגענטינער טאַנגאָס. די מעלאָדיע איז באמת װוּנדער שײן, אָבער די װערטער, פֿון טיטל אָן און ביזן לעצטן װאָרט, זײַנען ניט נאָר קלאַסיש פּרימיטיװ, נאָר אױך דעמאָנסטראַטיװ װוּלגאַר. דער טאַנגאָ הײסט „על טשאָקלאָ‟, אױף נאָרמאַטיװ ייִדיש — אַ פּשעניטשקע, די קוקורוזע־קאַטשן. אין דרום־אַמעריקע איז די דאָזיקע „טשאָקלע‟ ניט אַנדערש װי אַ פּשוטער פֿאַלאָס־סימבאָל.
מילא, אָבער װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט אָט דער קוקורוזע־קאַטשן צום ליד, איז פֿאַר מיר געבליבן אַ גרױסער סוד. אינטערעסאַנט איז, אַז אין אײראָפּע איז דער טאַנגאָ געװען און געבליבן באַקאַנט אונטערן אַנדערן נאָמען, דהײַנו, „אַרגענטינער טאַנגאָ‟. איך מײן, אַז גאָר ניט צופֿעליק, איז שױן אין יאָר 1920 דער טאַנגאָ „איבערגעמאַכט‟ געװאָרן אױף רוסיש און ביזן הײַנטיקן טאָג איז זײער פּאָפּולער צװישן די בלאַטע חבֿרה. עס זײַנען דאָ צװײ באַקאַנטע „ייִדישע‟ לידער אױף דער מעלאָדיע פֿון „על טשאָקלאָ‟, אָבער מיט גאָר פֿאַרשידענע סוזשעטן — „אַ מעשׂה מיטן קאַכאָװקער רבי‟, און די צװײטע, „אױף דעריבאַסאָװסקע מ’האָט אױפֿגעמאַכט אַ שענקל‟. די דאָזיקע צװײ לידלעך האָבן די זעלבע מעלאָדיע — דעם ערשטן טײל פֿון „על טשאָקלאָ‟, אָבער יעדער סוזשעט האָט אַ צענדליק זײער נאָענטע װאַריאַנטן.
מע דערצײלט, אַז אַ מאָל זײַנען אױך געװען אַ פּאָר װאַריאַנטן אױף ייִדיש, אָבער איך האָב זײ ניט געפֿונען און אַפֿילו װײס ניט, װוּ צו זוכן. דעריבער האָב איך „רעקאָנסטרויִרט‟ דעם ייִדישן טעקסט, נעמענדיק אין באַטראַכט דעם סטיל פֿונעם אָריגינאַל און דעם סוזשעט פֿונעם איבערגעניצעװעטן „אַרגענטינער טאַנגאָ‟.
צו אַלדע רוחות אַלטע קרענק און אַרגענטינע…
אָט הערט אַ מעשׂה מיט ר’ העשל דעם ראַבינער,
װאָס האָט געװױנט אין אַ באַקװעמער אָבסטאַנאָװקע1,
ניט װײַט פֿון ים, פּונקט אינעם שטעטעלע קאַכאָװקע.
דער רבי העשל האָט געהאַט אַ טאָכטער יענטע,
שײן װי דער טױט און ממש לופֿטיק, װי אַ לענטע2,
גראָב װי אַ זשלאָב3 און האַרט נאָר װי אַ שטיקל קאָרע,
און זײער קלוג, װי אַ צעפֿליקטער בלאַט גמרא.
אַ פּאָר חתנים האָט געהאַט די פֿײַנע יענטע,
דער שנײַדער דאָווידל און יאַנקעלע דער מענטע;
די בײדע ש…ן האָט זי שטיל געדרײט דעם ספּאָדיק —
דעם מענטע יאַנקל און דעם שנײַדערוקל דאָדיק.
די רעװאָלוציע ז’געקומען אין קאַכאָװקע,
די כּלה יענטע האָט באַקומען אַ סטראַכאָװקע4 —
דעם האָלאָדראַנעץ5, קאָמיסאַר איװאַן סאָסורע…
אַך, אונדזער יענטע קרענקט נאָך אים, װי אַ כּפּרה.
איװאַן סאָסורע, אַ באָסיאַק, כּמעט אַן עושר,
כאָטש אי אַ זשלאָב, נאָר טאַקע זעט אױס גאָר נישקשה,
גײט אָנגעטאָן אין רױטע פּלודערן און לאַפּטשעס,
אױף יעדער פֿראַגע ענטפֿערט מיט אַ דונער־אַפּטשי.
אײן מאָל אין אָװנט קומט אַהײם דער אַלטער העשל,
און אױפֿן טיש געפֿינט אַ שטיקעלע דעפּעשע.
אין יענעם צעטל איז געװען אַ גוטע בשׂורה:
אַדיע, פּאַפּאַ, איך פֿאָר אַװעק. מאַדאַם סאָסורע.
דער רבי העשל האָט פֿאַרלאָזט ד’עבֿודת־בורא,
און ער האָט אױפֿגעהערט צו קײַען, לערנען תּורה,
האָט אָפּגעשױרן זײַנע פּאות און דאָס בערדל,
און די יאַװאָנים דינט ער איצט װי אַ בלינד פֿערדל.
פֿאַר אײן „עונג־שבת‟, מײן איך, איז שױן גענוג. איװדע װאָך, בלי נדר, װעל איך אײַך באַקענען מיטן צװײטן לידל װעגן דער באַרימטער אָדעסער שענק, װעלכע ס‘האָט אַמאָל געשמט מיט אירע „פֿײַנע ייִדישע קליענטן‟. האָט מיר אַ גוטן שבת און פֿאַרגעסט ניט, אַז די הנאה, װעלכע מע באַקומט בעתן עונג־שבת, בלײַבט מיט אײַך אַ גאַנגע װאָך.
1) אָבסטאַנאָװקע — סבֿיבֿה
2) לענטע — סטענגע
3) זשלאָב — גראָבער־יונג
4) סטראַכאָװקע — פֿאַרזיכערונג
5) האָלאָדראַנעץ — קבֿצן
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.