Oyneg Shabes

ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

  • Print
  • Share Share

די וואָך האָט איטקע לוטשינאַ פֿון מאָסקווע געטראָפֿן אונדזער ליד: „אַ פּאַסטעכל‟, אַ פֿאָלקסליד געזונגען פֿון הירש רעלעס. זי האָט עס דערקענט, ווײַל זי לערנט זיך איצט ווײַסרוסיש און אינעם ליד געפֿינען זיך גאַנצע זאַצן אויף יענער שפּראַך. הערט דאָס גאַנצע ליד:

מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַן אַנדער ליד, ניט גאַנץ נײַ, אָבער פֿאָרט פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.