דער שװאַרצער הומאָר איז אַ מין הומאָר מיט אַ צומיש פֿון צינישקײט. דער קאָמישער עפֿעקט דריקט זיך אויס דורכן חוזק מאַכן פֿון טױט, פֿון כּל־מיני מענטשלעכע מומים און אַנדערע גאָר ניט קײן פֿרײלעכע זאַכן. דער שװאַרצער הומאָר אין דעם אײראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר קומט פֿון די מיטל־אַלטערלעכע קאַרנאַװאַל־טראַדיציעס, פֿאַרבונדן מיט די „טױטן־טענץ‟ און „סעודות אין מיטן דער מגיפֿה‟.
דער שװאַרצער הומאָר, װי אַ ליטעראַטור־זשאַנער, איז געװאָרן פּאָפּולער מיט הונדערט יאָר צוריק, נאָכן אױפֿקום פֿון סוררעאַליזם, אָבער די מינדלעכע מוסטערן פֿונעם זשאַנער זײַנען פֿון לאַנג באַקאַנט אין אַלע מערבֿ־אײראָפּעיִשע פֿאָלקלאָרן. דער ייִדישער „שװאַרצער הומאָר‟ איז ניט קײן אױסנאַם, נאָר אַ בולטער באַװײַז פֿון דער אָנגעהעריקײט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור צו דער גרױסער אײראָפּעיִשער ליטעראַטור־משפּחה.
אין די שװאַרץ־צינישע מעשׂהלעך איז די מחיצה צװישן הומאָר און באַלײדיקונג שטענדיק זײער דין, און מע דאַרף זײַן גאָר פֿאָרזיכטיק, ניט איבערצוטרעטן די עטישע ליניע. אין דער זעלבער צײַט איז אפֿשר טאַקע בעסער צו לאַכן און מאַכן חוזק פֿון טױט, אײדער דער טױט זאָל זיך אױסלאַכן פֿון אונדז, מענטשן, ניט דאָ און ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט.
אַן ענטפֿער פֿון יענער וועלט
אַן אָרעמע אַלמנה איז אַװעק װינטערצײַט אױפֿן הײליקן אָרט אױסצוגיסן אױפֿן מאַנס קבֿר איר שװער און ביטער האַרץ. דער שנײ, אָבער, איז אױפֿן פֿעלד געװען אַזױ גרױס, אַז די אַלמנה, מיט אירע צעריסענע שיך, האָט ניט געקענט, נעבעך, צוקומען צו איר מאַנס קבֿר. האָט זי צוגערופֿן אַ ייִד אַ קבֿרותניק, געגעבן אים אַ פּאָר גראָשן און געבעטן אים, אַז ער זאָל אין איר נאָמען צוגײן צו איר מאַנס קבֿר און איבערגעבן דעם פֿאַרשטאָרבענעם מאַן אירן, אַז ס’איז איר זײער ביטער און פֿינצטער אױף דער נשמה, און זי פּלאָגט זיך שרעקלעך, און אין דער הײם זיצן נאָך אױף איר קאָפּ די אױסגעגעבענע טאָכטער מיטן אײדעם, און אין דער צײַט, װען זי אַלײן האָט ניט װאָס צו עסן, דאַרפֿט זי נאָך זײ געבן קעסט.
דער קבֿרותניק איז אַװעקגעגאַנגען און אין אַ פּאָר מינוט זיך אומגעקערט. פֿרעגט אים די אַלמנה צי ער איז שױן געװען אױף איר מאַנס קבֿר און צי האָט ער אים איבערגעגעבן אַלץ, װאָס זי האָט געבעטן.
— זיכער, — ענטפֿערט דער קבֿרותניק, — כ’בין געװען און איבערגעגעבן אַלץ, װאָס איר האָט געבעטן, ניט פֿאַרפֿעלט קײן אײן װאָרט.
— גאָט זאָל אײַך פֿאַרלענגערן די יאָרן, — זאָגט די אַלמנה, — װי מײנט איר, מײַן ליבער ייִד, האָט ער, מײַן מאַן מײן איך, אײַך גוט פֿאַרשטאַנען?
— אַ שאלה אַ ביסל! — ענטפֿערט דער קבֿורתניק, — איך האָב אַפֿילו געהערט פֿון קבֿר אַרױס זײַן ענטפֿער.
— אַן ענטפֿער? אױ, גאָטעניו, געזונט זאָלט איר זײַן. נו, זאָגט זשע גיכער, װאָס איז דער ענטפֿער?
— אײַער מאַן, זאָל זיך מיִען, האָט געבעטן אײַך זאָגן, אַז איר זאָלט זיך שטאַרקן און אױסהאַלטן די קינדער ביז נאָך פּסח, דערנאָך װעט ער שױן זײ נעמען צו זיך אױף קעסט.
ווער וועט בלײַבן אַליין?
אַן אַלט פּאָרפֿאָלק, נאָך דעם װי זײ האָבן אױסגעגעבן די ייִנגסטע טאָכטער זײערע, זיצט פֿאַרנאַכט בײַם טיש און כאַפּט אַ שמועס צװישן זיך: װי אַזױ לעבט מען איצט אױף דער עלטער, װען זײ זײַנען געבליבן אײנע אַלײן, אַ זײדע מיט אַ באָבע.
— הערסט, מײַן װײַב, — מאַכט דער אַלטער, — הער, װאָס איך װעל דיר זאָגן. אין אונדזערע יאָרן דאַרף מען געדענקען אין דעם סוף פֿון אַ מענטשן, מע טאָר ניט פֿאַרגעסן אינעם טױט. אױב אײנער פֿון אונדז בײדע װעט, חלילה, שטאַרבן, נעם איך תּיכּף און פֿאָר אַװעק קײן ארץ־ישׂראל.
אויב ער איז אַ רבֿ, און זי — אַ רביצין…
צװײ שמועסן צװישן זיך. פֿרעגט אײנער:
— גיב מיר צו פֿאַרשטײן אָט װאָס: מילא, אַז אַ יונג מײדל נעמט אַן אַלטן רבֿ, לײגט זיך עס נאָך אױפֿן שׂכל — ער איז אַ רבֿ, װעט זי דאָך זײַן אַ רביצין. נעמט זי אַן אַלטן דאָקטער, הײסט עס, אַז זי האָט חשק צו װערן אַ דאָקטערשע. אָבער, װאָס, אַ שטײגער, קען אױסן זײַן, װען אַ יונג מײדל, װעלכע האָט חתונה ניט מיט קײן רבֿ און ניט מיט קײן דאָקטער, נאָר גלאַט אַזױ, פֿאַר אַן אַלטן רײַכן אַלמן?
— װאָס פֿאַרשטײסטו דאָ ניט? — ענטפֿערט דער צװײטער, — טאַקע אױך די זעלבע מעשׂה, דהײַנו: אַ יונג מײדל איז דערמיט אױסן צו װערן אַ רײַכע אַלמנה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.