דער ייִדישער פּאָעט הירש רעלעס (1913־2004) איז אין זײַנע לעצטע יאָרן געווען דער איינציקער ייִדישער שרײַבער פֿונעם עלטערן דור אויף דער טעריטאָריע פֿון ווײַסרוסלאַנד. האָט דער לינגוויסט הירשע־דוד כּ”ץ, וואָס אַרבעט אַ סך יאָרן אויף אַ שפּראַך־אַטלאַס פֿונעם ליטווישן ייִדיש, ניט פֿאַרפֿעלט צו טרעפֿן זיך מיט אים אין משך פֿון זײַנע פֿאָרש־עקספּעדיציעס איבער מיזרח־אייראָפּע. דאָ זעען מיר אַן אינטערוויו, וואָס כּ”ץ האָט פֿילמירט בײַ רעלעסן אין דער היים אין זומער 1998.
רעלעס איז געבוירן געוואָרן אין טשאַשניקי, אַ שטעטל פֿון ליבאַוויטשער חסידים, וווּ זײַן טאַטע איז געווען דער איינציקער מתנגד. שרײַבן לידער האָט ער אָנגעהויבן אויף ווײַסרוסיש, נאָר דער טאַטע האָט אים געעצהט בעסער צו שרײַבן אויף זײַן מאַמע־לשון: ווי לאַנג ער וועט שרײַבן אין ווײַסרוסיש אָדער רוסיש, וועט ער גיין אויף שטאָלצן, האָט דער טאַטע געזאָגט — נאָר אין ייִדיש וועט ער גיין מיט די פֿיס אויף דער ערד.
רעלעס לייענט פֿאָר פֿון זײַן פּאָעזיע, זינגט אַ חב״דסקער לידל אויף רוסיש און ייִדיש, און רעדט גאַנץ געשמאַק וועגן זײַן אייגן לעבן. ער האָט, למשל, זיך נעענטער באַקענט מיטן קינסטלער יהודה פּען, דער לערער פֿון מאַרק שאַגאַל (וואָס האָט געהאַלטן, אַז שאַגאַל איז אַוועק אויף שלעכטע דרכים).
כאָטש דער אינטערוויו איז ניט קיין לינגוויסטישער אַנאַליז, איז טשיקאַווע צו באַמערקן געוויסע באַזונדערקייטן פֿון רעלעס׳ לשון. ער זאָגט אויף סאַבעסדיקן לאָסן „בעשמעדרעס‟ (בית־מדרש), און דער /ל/ קלינגט בײַ אים אָפֿט ווי אַ /w/ — דער טאַטע, למשל, איז געווען אַ „מעואַמעד‟ (מלמד). אָבער כּדי צו האָבן אַן אויסשעפּיק בילד פֿון זײַן ליטווישן דיאַלעקט, דאַרפֿן מיר וואַרטן עס צו לייענען אין כּ״צעס שפּראַך־אַטלאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.