Oyneg Shabes

שײַקע פֿײַפֿער פֿײַפֿט זיך אױס

Shayke Fayfer Didn’t Give a Damn

  • Print
  • Share Share

די געשיכטע איז אַ מאָדנע פֿרױ. זי האָט ממש אַ מײדלשן זכּרון — אַ טײל פּערסאָנאַזשן בלײַבן אין איר היסטאָרישן טאַש, און אַן אַנדער טײל, ניט װײניק װיכטיקע פּערסאָנאַזשן, װערן מיט דער צײַט פֿאַרגעסן. עס איז שװער צו געפֿינען אַ געבילדעטן ייִד, װעלכער האָט ניט געהערט װעגן הערשעלע אָסטראָפּאָליער, װעגן די כעלעמער חכמים אָדער װעגן מאָטקע חבד.

עס זײַנען, אָבער, געװען בײַ ייִדן ניט װײניקער חריפֿותדיקע קעפּ, װי בײַ הערשעלען אָדער בײַ מאָטקען. פֿון די כּמעט פֿאַרגעסענע װיצלער איז טאַקע כּדאַי צו דערמאָנען מיט אַ גוט װאָרט דעם שאַרפֿזיניקן װילנער בדחן, מוזיקער און אימפּראָװיזאַטאָר שײַקע פֿײַפֿער (ישעיהו פֿלײטזינגער, 1802־1875, דער זײדע פֿונעם באַװוּסטן מוזיקער און פּעדאַגאָג מיכאל גנעסין), צו װעלכן (לױט ב. י. ביאַליסטאָצקיס מײנונג) געהערט „דאָס גרױסע געװינס‟, אַ מלא־חנעװדיק הומאָריסטיש מעשׂהלע, וואָס איז געװאָרן אַ טיטל פֿון שלום־עליכמס קאָמעדיע מיטן זעלבן נאָמען.

אַז מיר װעלן פֿאַרגלײַכן די שפּיצלעך פֿון די אַזױ גערופֿענע ליטװישע בדחנים און אימפּראָװיזאַטאָרן, פֿון אײן זײַט, מיט די װיצלער פֿון פּאָדאָליע, רומעניע, װאָלין און פּױלן, פֿון דער אַנדערער זײַט, װעלן מיר גלײַך אָנטאַפּן, אַז בײַ די ליטװישע וויצלער פֿעלט כּמעט אױס דער סאָציאַלער אַספּעקט (איך מײן, די שװערע אָרעמקײט, אָדער אַ קאָנפֿליקט צװישן די אָרעמע און רײַכע); און די דעמאָנסטראַטיװע לעקסישע אָדער עסטעטישע גראָבקײט. די „ליטװישע‟ שפּיצלעך זײַנען מער חריפֿותדיק אױפֿן געביט פֿון װאָרטשפּיל און למדנות, הגם דער סאָציאַלער ניואַנס קומט װי אַן אױסערלעכער עלעמענט און האָט ניט קײן דירעקטן שײַכות צום װיץ גופֿא.

און װאָס זאָגט איר װעגן די עלעמענטן פֿונעם „שװאַרצן הומאָר‟, גאָר אַ זעלטענעם אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון 19טן יאָרהונדערט? אָט, הערט אַ מעשׂהלע װעגן שײַקע פֿײַפֿער, װעלכע מיט הונדערט יאָר צוריק האָט פֿאַרשריבן י. ח. ראַװניצקי.

שײַקע פֿײַפֿער, נאָכן טױט פֿון זײַן ערשטער פֿרױ, האָט חתונה געהאַט מיט זײַן פֿרױס צװײטער שװעסטער. און נאָך דעם, װי די צװײטע שװעסטער איז אױך אַװעק אין דער אײביקײט, האָט שײַקע חתונה געהאַט מיט דער דריטער שװעסטער.

— װאָס איז מיט אײַך? — האָבן זיך געחידושט שײַקעס פֿרײַנד און פֿײַנט, — אײַך איז געפֿעלן געװאָרן צו נעמען אַ װײַב נאָר פֿון דער־אָ שװעסטער?

— נמאס און מיאוס איז מיר געװאָרן אָט די־אָ משפּחה, — האָט געענטפֿערט שײַקע, — װיל איך, אַז זי זאָל אױף אַזאַ אופֿן פֿאַרשװוּנדן װערן פֿון דער װעלט.

װעגן שײַקע פֿײַפֿער דערצײלט מען, אַז אײן מאָל האָט דער גרױסער עושר, ר’ יודל אָפּאַטאָװ געזאָגט צו שײַקע: „װײַז מיר עפּעס אַ נײַע קונץ און קריגסט פֿון מיר אַ נײַ היטל‟.

האָט שײַקע געענטפֿערט:

— גוט, מיט פֿאַרגעניגן. אָט, איך האָב זיך אױסגעלערנט צו צעטײלן מײַן פּנים אױף צװײ. בשעת אײן זײַט פֿון מײַן פּנים מאַכט אַ מינע װי צום װײנען, צעגיסט זיך אױף דער צװײטער באַק אַ שמײכל. אױף אײן באַק — אַ טרער, אױף דער צװײטער באַק — פֿרײד.

דעם גבֿיר, יודל אָפּאַטאָװן, איז דער װיץ זײער געפֿעלן געװאָרן און שײַקע פֿײַפֿער האָט געקראָגן אַ נײַ היטל אױף ראָש־השנה.

מע דאַרף ניט זײַן קײן גרױסער בקי אין ליטעראַטור, כּדי צו זען, אַז „דאָס נײַע היטל אױף ראָש־השנה‟ איז ניט מער װי אַ זײַטיקער תּירוץ פֿאַר דעם מחברס שאַרפֿזיניקײט. שײַקע פֿײַפֿערס „צעטײלט פּנים‟, אַ שמײכל מיט אַ טרער, איז זײער כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן ייִדישן הומאָר: אײן זײַט לאַכט, און די צװײטע װײנט. און גײ װײס, צי ניט שײַקע פֿײַפֿערס חכמהלע איז געװאָרן דער יסודותדיקער װעגװײַזער פֿאַר די גרױסע לצים, קאָמיקער און פּאַנטאָמימיקער פֿון דער לעצטער צײַט־עפּאָכע, פֿון בים־און־באָם ביז טשאַרלי טשאַפּלין און מאַרסעל מאַרסאָ.