Oyneg Shabes

אַ תּירוץ פֿאַר אַ גט

Finally - a Chance to Divorce

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

בײַ אונדז אין שטעטל, אַנטקעגן איבער אונדזער הױף האָט מען אױפֿגעשטעלט אַן אײַזערנעם שטענדער, און אױף דעם־אָ שטענדער פֿלעגט מען צװײ מאָל אַ װאָך אױפֿהענגען די אָרטיקע צײַטונג. די ערשטע דרײַ זײַטלעך זײַנען געװען אָנגעפֿילט מיט כּלערלײ פּראָפּאַגאַנדיסטישע מאַטעריאַלן און רעפּאָרטאַזשן פֿון די זאַװאָדן און פֿעלדער, אָבער אױפֿן פֿערטן זײַטל, פֿון אונטן, פֿלעגט מען דרוקן נעקראָלאָגן, און אײן מאָל אין חודש — די אָפֿיציעלע מעלדונגען װעגן די גטן פֿון גאַנץ בעסאַראַביע. אַזױ װי מײַן באָבע, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט ניט געקענט לײענען, האָב איך געמוזט לױפֿן צו דעם־אָ שטענדער, אױסלײענען און פֿאַרגעדענקען די גט־מעלדונגען. איר האָט געדאַרפֿט זען דאָס לױטערע פּנים פֿון מײַן באָבע, װען נאָך מײַן “חודשלעכן באַריכט” פֿלעגט זי אַ שאָקל טאָן מיטן קאָפּ און צוגעגעבן דערצו: “גאָט צו דאַנקען, אַ ייִדישע משפּחה איז טאַקע אַן אמתע משפּחה”.

און דאָס איז אַ רײנער אמת. איך דערמאָן זיך ניט, אַז עמעצער פֿון אונדזער שטעטל זאָל זיך גטן. דאָס װאָרט “גט” איז געװען פּונקט אַזױ שרעקלעך װי דאָס װאָרט “מלחמה”, און אױב האָט מען שױן יאָ גערעדט װעגן אַ גט, איז דאָס געװען עפּעס אַ טרױעריקע נײַעס פֿון טשערנעװיץ, פֿון װיניצע אָדער פֿון אָדעס. מיר, קינדער, זײַנען געװען זיכער, אַז אַ “גט”, פּונקט אַזױ װי אַנדערע מיאוסע זאַכן, — גניבֿה, שיכּרות, הולטײַסטװע, די פֿרײלעכע מײדלעך, — די אַלע “גליקן”, באַהיט זאָל מען װערן, עקזיסטירן נאָר אין די גרױסע שטעט.

איר קענט זיך שױן פֿאָרשטעלן מײַן צעמישטקײט, װען כ’האָב זיך פּלוצעם דערװוּסט, אַז מײַן זיבעציק־יאָריקער פֿעטער חנא גט זיך מיט דער מומע צילע. כ’בין גלײַך געפֿאָרן צום פֿעטער חנא, און געװאָלט נאָר װיסן — געװאַלד געשריִען! פֿאַר װאָס? װאָס איז געשען? אַנשטאָט ענטפֿערן מיר אױף די שאלות, האָט דער פֿעטער חנא דערצײלט מיר אַ מעשׂה.

אַן אַלטער ייִד קומט צו אַ רבֿ און זאָגט, אַז ער װיל זיך גטן מיטן װײַב. דער פֿאַרחידושטער רבֿ באַקוקט דעם ייִד און פֿרעגט אים:

— ר׳ ייִד, זײַט מיר מוחל, אָבער װיפֿל יאָר איז שױן בײַ אײַך נאָך דער חופּה?

— אַריבער פֿופֿציק יאָר, רבי־לעבן, — ענטפֿערט דער ייִד.

— קינדער האָט איר?

— גאָט צו דאַנקען, פֿיר זין און דרײַ טעכטער.

— װוּ זײַנען די קינדער אײַערע?

— אַלע, ברוך השם, שױן אױסגעגעבן.

— װי קומט עס עפּעס, אַז איצט, אױף דער עלטער, װילט איר זיך פּלוצעם גטן מיטן װײַב?

— װאָס הײסט פּלוצעם? — צעבײזערט זיך דער אַלטער, — ס’איז גאָר ניט פּלוצעם. אָט, הערט מיך אױס, רבי, װעט אײַך די זאַך גאָר ניט זײַן קשה. ביז דער חתונה האָב איך, װי דער שטײגער איז געװען, די כּלה מײַנע ניט געקענט און ניט געזען אַפֿילו. באַלד נאָך דער חתונה האָב איך זיך אומגעקוקט און דערזען װאָס פֿאַר אַ מין סחורה האָב איך געקראָגן. און גאָר גיך האָב איך טאַקע חשק באַקומען זיך פֿון איר באַפֿרײַען. הײבט זיך אָן אַ מעשׂה, — אַ מעובֿרתע פֿרױ! טענהט דער טאַטע, עליו־השלום, אַז קײן מעובֿרתע פֿרױ גט מען ניט, ס’איז אַ בזיון פֿאַר די לײַט. און ער איז טאַקע גערעכט.

נאָכן געװינען אַ קינד איז זי דאָך אַ זױגערין… װידער אַ טענה, אַז קײן זױגערין גט מען ניט. און אַזױ איז געװען כּסדר, — אָדער געטראָגן אָדער געזױגן, ביז גאָט האָט געהאָלפֿן און זי האָט אױפֿגעהערט צו קינדלען. איז אָבער אַלץ ניט אױסגעקומען גלאַט, — קינדער אין שטוב… װי נעמט מען צו בײַ קינדער די מוטער זײערע? איצט, רבי, האָב איך שױן אױסגעגעבן די לעצטע טאָכטער אונדזערע, זאָל לעבן, און אין דער הײם איז ניט פֿאַרבליבן, דאַנקען גאָט, ניט קײן זין און ניט קײן טעכטער. הײַנט זאָגט שױן אַלײן, — פֿאַר װאָס זאָל איך זיך ניט גטן?… אױב ניט איצט — װען דען?…