Eizer Bachurim - Come back home from On Time Studios on Vimeo.
מיר ברענגען אײַך אַ לענגערן ווידעאָ (צום באַדויערן, נאָר טיילווײַז אויף ייִדיש) פֿונעם באַקאַנטן „בײַצײַטנס סטודיאָ‟ (On Time Studios): די געשיכטע פֿון צוויי יונגע־לײַט, וואָס גייען אַראָפּ פֿון דרך, אָבער די אָרגאַניזאַציע „עזר לבחורים‟ העלפֿט זיי צו טאָן תּשובֿה.
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז דער ווידעאָ איז אַ רעקלאַמע פֿאַר דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, קען מען ניט נעמען פֿאַר גוט געלט אַלע פּרטים פֿון דער געשיכטע. פֿון דעסטוועגן, שפּיגלט עס אָפּ אַ רעאַליטעט אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט, וואָס אַ סך פֿון אונדזערע לייענער קענען זייער גוט: פֿרומע יונגע־לײַט גיבן אויף זייער דת, צום טייל אָדער אין גאַנצן, אָבער נאָך אַ געוויסער צײַט קומען זיי צוריק.
למען האמת, ווילט זיך צוגעבן, אַז דאָס איז פֿאַרבונדן מיט אַ סך שווערע פּערזענלעכע באַשלוסן, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער אייגענער אמונה און מיט דער משפּחה. ניט יעדער יונגערמאַן (אָדער יונגע פֿרוי), וואָס ווערט אויס פֿרום, ווערט אויך אַן אַרבעטלאָזער, אַ שיכּור, אָדער אַ נאַרקאָמאַן. מיר קענען אַ סך פֿון זיי, וואָס האָבן דערגרייכט אַ הויכן ניוואָ פֿון בילדונג, געוואָרן קינסטלער, באַקאַנטע שרײַבער און וואָס נישט. אַ מאָל ווערן זיי טאַקע פֿאַרברענטע אַפּיקורסים, אָבער אַנדערע בלײַבן פֿרום אויף אַ מער ליבעראַלן אופֿן. פֿון דער צווייטער זײַט, זײַנען פֿאַראַן גענוג טויזנטער פֿרומע ייִדן, וואָס מאַטערן זיך מיט אַרבעטלאָזיקייט, פֿאַרברעכערישקייט און נאַרקאָטיק, אַזוי אַז אַ שוואַרצער קאַפּעליוש איז ניט קיין סגולה פֿאַר אַלץ. כּדי אײַך צו געבן אַ מער באַלאַנסירט בילד פֿון דער דאָזיקער פֿראַגע, ברענגען מיר אײַך אויך אַ ווידעאָ פֿון דער אָרגאַניזאַציע „פֿוסטריט‟ (ניט אויף ייִדיש, צום באַדויערן).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.