Oyneg Shabes

ווי הייסט דאָס ליד?

Name That Tune

  • Print
  • Share Share

די וואָך האָט סאַבינאַ סטאַרק (פֿון יודזשין, אָרעגאָן) געטראָפֿן אונדזער ליד: „טירטלטויבן‟ פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין, רעציטירט פֿונעם מחבר אַליין. דאָס איז, זאָגט גלאַטשטיין, דאָס ערשטע ליד, וואָס ער האָט אָנגעשריבן בכלל. הערט דאָס גאַנצע ליד:

מיר ברענגען אײַך איצט אַן אויסצוג פֿון אַ זינגליד — אַ פֿאָלקלאָריזאַציע פֿון אַ באַקאַנט ליד. ס’איז אפֿשר ניט אַזוי גרינג צו טרעפֿן, אָבער פּרוּווט אָן דער הילף פֿון „ר’ גוגל‟. שיקט אַרײַן דעם נאָמען פֿונעם ליד, מחבר, און זינגער, וועט דער ערשטער געווינען אַ מתּנה פֿון „פֿאָרווערטס‟.

שיקט אײַער ענטפֿער אויפֿן אַדרעס oyneg@yiddish.forward.com

גיט צו אויך אײַער נאָמען און די שטאָט, וווּ איר וווינט.