Oyneg Shabes

אַ לידל פֿאַר צװײ גראָשן

A Song For Two Pennies

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

בײַ זעקס יאָר איז מײַן פֿרױ געװאָרן אַ יתומה. צו דערצײלן װעגן דער שײנער און פֿײַנער קינדהײט און יוגנט האָט זי ניט ליב, נאָר אײן זאַך האָט זי זיך טאַקע יאָ אױסגעלערנט פֿון יענע צײַטן, – די בעסטע רפֿואה קעגן דער נױט און מרה־שחורה איז – צו זינגען.

„דהײַנו? – בין איך נײַגעריק צו װיסן, – פֿון אַ ליד צו אַ ליד איז דאָך אַ גרױסער חילוק. װאָס האָסטו, אַ שטײגער, געזונגען?”

„װאָס האָב איך געזונגען?… עפּעס אַן איטאַליעניש לידל װעגן ‘סאָלדי’. קײן אַנדערע װערטער געדענק איך שױן ניט, נאָר איך געדענק די מעלאָדיע. װען איך װאָלט געהאַט די װערטער אױף ייִדיש, װאָלט איך געקענט עס זינגען טאָג און נאַכט.”

„סאָלדי, זאָגסטו… נו, הײַנטיקע צײַטן… זאָלן אונדזערע שּׂונאים אַזױ לאַנג דױערן, װיפֿל װעט בײַ מיר דױערן צו געפֿינען דײַן לידל.”

וכך היה, אַזױ איז עס טאַקע געשען. דאָס לידל הײסט Canzone Da Due Soldi, אַ לידל פֿאַר צװײ גראָשן. דאָס ליד האָבן אָנגעשריבן קאַרלאָ דאַנידאַ און דזשוזעפּע פּעראָטי, אין 1954־טן יאָר.

אַ לידל פֿאַר צװײ גראָשן
הערט מיך אױס, איך בעט אײַך,
װױלע מענטשן, בנאמנות,
ס’לידעלע דאָס פּראָסטע, עס זאָל אין האַרץ אַרײַן.
קעמעלע־האַרמאָניקע, אַ פֿידעלע אָן סטרונעס
און אַ זינגער מיט אַ פֿלעשל װײַן.
די קאָמפּאַניע פֿון די װױלע גאַסן־חבֿרה
װעט אײַך שפּילן־זינגען ביז אין טאָג אַרײַן.
ס’איז אַ פֿרײלעך לידל פֿאַר צװײ סאָלדי־גראָשן,
ס’איז אַ לידל אױפֿן פּראָסטן גאַסן־לשון,
נאָר מע זינגט עס מיט געפֿיל און מיט נשמה,
און עס מאַכט אײַך פֿרײלעך, װי דער יונגער װײַן.
ס’װעט דאָס לידעלע באַשײַנען אײַך די יאָרן,
און אױף אײביק בלײַבן װאַך אינעם זכּרון,
ס’װעט פֿאַרטראָגן אײַך אין לאַנד פֿון קינדער־טרױמען,
אין אַ לאַנד פֿון ליבע און פֿון זונענשײַן.
מיר זינגען־טאַנצן אױף דער גאַס,
און די לבֿנה איז אין כּעס, –
די גאַנצע חבֿרה טאַנצט מיט אונדז,
ס’איז גאָר אַ קונץ!
אַז מע זינגט אַ פֿרײלעך לידל פֿאַר צװײ גראָשן,
אַ שײן לידל אױפֿן פּראָסטן מאַמע־לשון,
אַז מע זינגט עס, הײבט אָן קװעלן די נשמה
און עס מאַכט אײַך פֿרײלעך װי דער יונגער װײַן.
ס’זאָל דאָס לידל בלײַבן יונג אױף לאַנגע יאָרן,
משׁמח זײַן די װאָר און דעם זכּרון,
ס’זאָל פֿאַרטראָגן אײַך אין לאַנד פֿון קינדער־טרױמען,
אינעם לאַנד פֿון ליבע און פֿון זונענשײַן.
קומט זינגען־טאַנצן אױף דער גאַס,
דאָס לעבן איז גאָר ניט קײן שפּאַס,
די גאַנצע װעלט איז הײַנט בײַ אונדז, –
ס’איז דאָך אַ קונץ!
ס’זאָל דאָס לידל בלײַבן יונג אױף לאַנגע יאָרן…
… און אײביק זאָל מען פֿרײלעך זײַן!

דאָס איז די טײַערסטע מתּנה, אַזױ טענהט מײַן פֿרױ, װאָס איך האָב איר אַ מאָל געשאָנקען צום אינטערנאַציאָנאַלן פֿרױענטאָג, און אין איר נאָמען – אַלע פֿרױען אױף דער װעלט. װאָס זאָל איך זאָגן?… אַ פֿרױ איז שטענדיק גערעכט. פּשוט, אױף אַזאַ אופֿן װיל איך אָנװינטשן אַלע װױלע מענטשן, אַז װאָס גיכער זאָל קומען די צײַט, װען קײנער װעט שױן ניט װיסן פֿון קײן הונגער און נױט. און אױב, חלילה, עס טרעפֿט זיך אַ מאָל יאָ אַ שװער שטיקל צײַט, דהײַנו, – מע האָט אַן איבעריקן פּוד שמאַלץ אין בױך־און־פּולקעס, טאָ אָט, איצט האָט איר אַ זיכערע און אַן אױסגעפּרוּװטע ייִדישע דיעטע, ממש חצי־חינם, ניט מער װי פֿאַר צװײ גראָשן.