ר’ אליעזר־שלמה שיק, באַקאַנט ווי דער מהראָ”ש, איז אַ וויכטיקער רבֿ בײַ די ברעסלאָווער חסידים. ער וווינט אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, אָבער ער איז אָנערקענט ווי דער גײַסטיקער פֿירער פֿון „ברעסלאָוו סיטי‟, אַ קהילה פֿון אפֿשר 400 ברעסלאָווער משפּחות, אַן ערך 20% פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿונעם ייִשובֿ יבֿנאל אין ישׂראל. כאָטש ס’רובֿ אײַנוווינער זײַנען דאָרט בעלי־תּשובֿה און ספֿרדים, וואָס דער מהראָ”ש האָט זיי געמאַכט פֿאַר ברעסלאָווער, דרשנט ער ווײַטער אויף ייִדיש, און אַזוי ווי די ברעסלאָווער זײַנען שטענדיק פֿאַרנומען מיט מקרבֿ זײַן אַנדערע ייִדן, שטעלט מען זײַנע דרשות אַרויף אין אינטערנעץ. זײַט איר פֿאַרבעטן צו הערן די דאָזיקע דרשה לכּבֿוד חמישה־עשׂר בשבֿט, אין וועלכער אַ מענשט ווערט געגליכן צו אַ בוים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.