Oyneg Shabes

אַ סוף פֿון אונדזער וועלט!

The End of the World!

  • Print
  • Share Share

אַזוי לייענט זיך דאָס קעפּל פֿון „פֿאָרווערטס‟ פֿונעם 26סטן פֿעברואַר 1899, ווען דאָס דאָזיקע בילד איז דערשינען אויף דער ערשטער זײַט. עס האַנדלט זיך וועגן דעם קאָמעט „בילאַ‟, וואָס מע האָט אים אידענטיפֿיצירט אין 1826 און באַלד אויסגעפֿונען, אַז זײַן אָרביט קרייצט זיך מיטן אָרביט פֿון אונדזער ערד. צוליב דעם פֿאַקט פֿלעגן זיך אָפֿט פֿאַרשפּרייטן קלאַנגען, אַז די ערד וועט אין אַזאַ און אַזאַ טאָג זיך צונויפֿשטויסן מיט „בילאַ‟ און דאָס וועט זײַן אונדזער סוף.

נאָר צום גליק איז די דאָזיקע מעגלעכקייט געווען זייער אַ קליינע, און דערצו האָט דער קאָמעט זיך געשפּאָלטן אין צווייען און איז דערנאָך אין גאַנצן זיך צעפֿאַלן. אין 1852 האָט מען דערזען „בילאַ‟ צום לעצטן מאָל — דערנאָך זײַנען פֿאַרבליבן בלויז רעשטלעך, מעטעאָרן, וואָס האָבן זיך פֿאַרברענט אין דער ערדישער אַטמאָספֿער. אין 1899 איז אַוודאי ניט געווען קיין סכּנה, אָבער וואַרפֿן אַ שרעק אויפֿן לייענער האָט זיך געלוינט, כּדי צו פֿאַרקויפֿן די צײַטונג…