Oyneg Shabes

װער זשע זענט איר, חבֿר נאַפּאָלעאָן?

Tell Me About Yourself, Mr. Napolean

  • Print
  • Share Share

פֿריִער האָב איך געהאַט אַ מיאוסע טבֿע צו דערצײלן די מענטשן װעגן מײַנע קרענק און פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, אָבער דאָ ניט לאַנג צוריק האָב איך באַשלאָסן אױפֿצוהערן משׂמח זײַן די מענטשהײט אױף אַזאַ נאַיִװן אופֿן.

ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז אַלע מענטשן האָבן כאָטש אײן מאָל אין זײער לעבן געהאַט עפּעס אַ פּראָבלעם. מײַן שכנה, װעלכע איז ענלעך אױף אַ סיבירער רױטער בעריכע, הערט ניט אױף צו טענהן: „איך פֿאַרשטײ, אַז אַלע רײַפֿע פֿרױען האָבן אַ מיאוסע טבֿע צו װערן מיט יאָרן אַלץ דיקער און דיקער. איר װעט ניט גלײבן, נאָר אַ מאָל האָב אױך איך געװויגן דרײַ קילאָ און צװײ הונדערט גראַם‟.

אַז איך הער דאָס טאָג־טעגלעכע יאָמערן פֿון מײַן שכנה, הײב איך אָן זיך צו פֿרײען, אַז גאָט האָט מיך באַפֿרײַט פֿון די זאָרגן איבער אַ גױדער, װעלכער ליגט ערגעץ װוּ אין די שמאַלץ־קנײטשן אױפֿן בױך.

ובֿכן, כ’בין זײער אַ גליקלעכער מענטש. װען איך בין געװען צען יאָר אַלט, האָט בײַ מיר דער אײבערשטער צוגענומען דאָס לשון, און לאַנגע פֿינף יאָר האָב איך ניט געקענט אַרױסרעדן קיין װאָרט. געשען איז דאָס אין דער תּקופֿה, װען די ייִנגלעך און מײדלעך הײבן אָן צו טרױמען װעגן דעם קומענדיקן לעבן, װעגן דער ליבע און װעגן דער מלאָכה. קורץ גערעדט, עס הײבט זיך אָן דער פּראָצעס פֿון דער זעלבסט־אינדעטיפֿיקאַציע און דער נאַטירלעכער אָפּקלײַב פֿון „איך װיל‟ און „איך קען‟. פֿאַרשטײט זיך, אַז װען אַ קינד קען ניט אַרױסרעדן קיין װאָרט, הײבט ער אָן צו טרױמען װעגן אַ בינע, און דער אײנציקער פֿרײַנד, פֿאַר װעלכן אַזאַ קינד קען זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרץ, איז אַ פּען און אַ בױגן פּאַפּיר. און אױב ניט קײן פּען און פּאַפּיר, דאַן — אַ שטאַמײַזע און אַ שטיק האָלץ. און סײַ װי, נאָך פֿופֿציק יאָר פּערמאַנענטן שרײַבן און שניצן, בין איך ניט זיכער, אַז מײַן נשמה האָט זיך אַרײַנגעזעצט אין אַ ריכטיקן קערפּער. פֿאַר װאָס? מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָט מיר אָנגעקלונגען מײַן אַלטער פֿרײַנד פֿון װאַרשע, דער דאָקטער אָדם װישניק, און דערצײלט אַן אַלטן, אָבער זײער אַ פֿרײלעכן װאַרשעװער אַנעקדאָט.

אין דער װאַרשעװער באָניפֿראַטן־קליניק נעמט מען אױף אַ נײַעם פּאַציענט און דער פּסיכיאַטער הײבט אָן אים אױספֿרעגן.

— שטעלט זיך, ביטע, פֿאָר.

— װאָס? איר דערקענט מיך ניט? איך בין נאַפּאָלעאָן.

— גאָר אַזױ? װי פֿילט איר זיך עפּעס?

— װי האָט איר העזה צו שטעלן דעם אימפּעראַטאָר אַזעלכע חוצפּהדיקע פֿראַגעס?…

— גוט, זײַט מיר מוחל. פּשוט, בײַ אונדז װױנט שױן אײן נאַפּאָלעאָן… אָבער, עס מאַכט ניט אױס. מירצעשעם, מאָרגן אין דער פֿרי װעלן מיר פֿאָרזעצן אונדזער געשפּרעך, דערװײַל זשע װעט איר איבערנעכטיקן מיט נאַפּאָלעאָן דער ערשטער אין אײן צימער.

אין דער פֿרי, בעתן מעדיצינישן רונדבאַזוך, קומט דער דאָקטער אַרײַן אין צימער פֿון די נאַפּאָלעאָנען און פֿרעגט בײַם נײַעם פּאַציענט:

— נו, חבֿרל, װאָס דערצײלט איר עפּעס?

— אַך, דאָקטער, כ’בין אײַך אַזױ דאַנקבאַר. דאָס גאַנצע לעבן מײַנס האָב איך געטראַכט, אַז כ’בין נאַפּאָלעאָן, און נאָר אַ דאַנק אײַך, האָב איך, סוף־כּל־סוף, פֿאַרשטאַנען װער בין איך אין דער אמתן.

— נו, און װער זשע זענט איר אין דער אמתן?

— דאָקטער, איך בין זשאָזעפֿינע!