Oyneg Shabes

דער דראַמאַטישער סוכּות אין בראָנזוויל

Theatrical Sukkos in Brownsville

  • Print
  • Share Share

דעם גרויסן נוצן פֿון דער ייִדישער דראַמע און פֿון דעם זעלבשטענדיקן ייִדישן טעאַטער פֿאַר בראָנזוויל קען מען זען אויף דעם בילד, וואָס איז געצייכנט געוואָרן כּמעט פֿון אמתן לעבן.

אַזוי ווי „לאָמבער‟ (האָלץ) איז איצט טײַער, האָבן די בראָנזווילער ייִדן אַנטליִען אין זייער „ליבערטי‟־טעאַטער „סינעריס‟ (דעקאָראַציעס), די גאָלדענע שטולן און סטאַטועס און מען שטעלט אויס סוכּות, אַזש גראַפֿן מעגן אין זיי עסן.

אָט אַזאַ לעבנס־נויטווענדיקייט איז דער טעאַטער פֿאַר בראָנזוויל.