די ערשטע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן און עטנאָגראַפֿן זײַנען געװען געפּלעפֿט פֿון די אומצאָליקע אוצרות, צעזײט אין די טױזנטער ייִדישער הײַזקעס פֿון די ייִדישע שטעטלעך.
שמואל לעהמאַן דערמאָנט אײנעם פֿון זײַנע אינפֿאָרמאַנטן פֿון װאַרשע, ר’ נח קובעל (צונאָמען נח ריז, 1852־1916), פֿון װעלכן לעהמאַן האָט פֿאַרשריבן אַריבער הונדערט מעשׂהלעך. װעלכע פֿון יענע מעשׂהלעך זײַנע געװען נח קובעלס אָריגינעלע װערק, און װעלכע האָט ער פּשוט איבערדערצײלט אָדער איבערגעניצעװעט, װעלן מיר זיך קײן מאָל ניט דערװיסן; אָבער אַזעלכע פֿאָלקס־דערצײלער זײַנען בײַ ייִדן געװען אַ סך. אײנער פֿון אַזעלכע דערצײלער איז געװען אונדזער שכן, דער פֿעטערטשי זוניע. זײַנע באַלערעװדיקע מעשׂהלעך זײַנען אױף אײביק געבליבן אין מײַן זכּרון, און דעם אמת געזאָגט, אױך איך געדענק שױן ניט, װעלכע פֿון זײ האָב איך געהערט פֿונעם פֿעטערטשי זוניע, און װעלכע האָב איך אַלײן אױסגעטראַכט.
דער פֿעטערטשי זוניע איז אַרױס פֿון הױז, זיך אַװעקגעזעצט אױף אַ טרינישקע און אָנגעהױבן צו לערנען דעם װאַקסנדיקן דור נײַגעריקע ייִדעלעך:
אַזױ װי דאָס איז װאָר, אַזױ זײַנען אַלע מעשׂיות װאָר.
אַמאָל איז געװען אַ קיסר, און דער קיסר האָט געהאַט אַ באַדינער, איז ער בײַ אים געװען זײער באַגלײבט, און ער איז געװען פֿאַראַנטװאָרטלעך איבערן שאַץ־קאַמער. אַ גרױסער מענטש טאַקע, אָבער פֿאָרט נאָר אַ מענטש, און ער האָט געהאַט אַ חבֿר. אײן מאָל האָט דער חבֿר צו אים אַ זאָג געטאָן: „װי לאַנג װעסטו נאָך זײַן אַזױ חשובֿ בײַם קיסר? טאָג און נאַכט ביסטו צוגעבונדן צו דײַן אַרבעט און קענסט ניט אין ערגעץ ניט אַרױסגײן, װײַל דו מוזסט היטן יענעמס פֿאַרמעגן. איך װעל דיר שױן געבן אַן עצה װאָס זאָלסטו טאָן.‟
פֿרעגט אים דער שאַץ־היטער: „װאָס איז די עצה?‟ ענטפֿערט אים יענער: „דו אַרבעטסט טאָג און נאַכט און היטסט דעם קיסרס פֿאַרמעגן. איך עצה דיר צו נעמען אַזױ און אַזױ פֿיל גאָלד, און מיר בײדע װעלן אַנטלױפֿן װאָס װײַטער פֿון דאַנעט.‟
כּך הװא, אַזױ איז געװען, — דער שאַץ־היטער האָט צוגעגנבֿעט אַ סך גאָלד פֿון קיסרס פֿאַרמעגן און די חבֿרים זײַנען אַנטלאָפֿן, אָבער מיט זיך האָבן זײ מיטגענומען נאָך צװײ חבֿרהניקעס, די גרעסטע גזלנים אין גאַנץ ראָפּע (אײראָפּע) און פּױלן. זײַנען זײ זאַלבעפֿיר אַװעק טיף אין װאַלד אַרײַן און דאָרטן זיך באַזעצט אין אַ גרױסער הײל. זײ האָבן געהאַט אַ סך געװער און צװישן זיך האָבן זײ זיך צונױפֿגערעדט, אַז צװײ חבֿרה װעלן שלאָפֿן און צװײ אַנדערע װעלן היטן זײער שלאָף. שפּײַז פֿלעגן זײ אײַנקױפֿן אין דער שטאָט און קײן זאַך איז פֿאַר זײ ניט געװען צו טײַער.
מיט אַ מאָל האָבן די דרײַ געניטע אַ זאָג געטאָן דעם פֿריש געבאַקענעם: „אַז דו ביסט שױן אין אונדזער כּנופֿיה, װילן מיר דיך אױסלערנען װי װערט מען אַן אמתער גנבֿ.‟ און זײ האָבן אים געשיקט אין שטאָט אַרײַן צו גנבֿענען. אַ כּלל, ער האָט געמאַכט די ערשטע פּראָבע און עס איז אים געלונגען צוגנבֿענען אַ פּאָר בײַטלעך מיט געלט. האָבן די דרײַ גזלנים דערזען, אַז דער נײַיִנקער איז אַ מער מזלדיקער גנבֿ װי זײ, און זײ האָבן באַשלאָסן „אָנצוטאָן אים אין תּכריכים‟. און זײ האָבן גערעשעט (באַשלאָסן) צו שיקן אים אין שטאָט אַרײַן אײַנצוקױפֿן שפּײַז, און אַז ער װעט צוריקקומען אַ הונגעריקער, װעט מען אים אָנקאָװען (צװינגען) צו עסן פֿאַרסמטע עסן, און אַזױ װעלן זײ זיך צונעמען דאָס גאַנצע געלט.
דער געװעזענער שאַץ־היטער איז דאָך אױך געװען ניט קײן אָפּגעריסענער נאַר, און אױפֿן װעג אין שטאָט אַרײַן האָט ער באַשלאָסן אַרײַנשיטן אין בראָנפֿן אַ ביסל גוטן סם, און פּטור װערן פֿון דער חבֿרה גזלנים. אַ כּלל, פּונקט אַזױ איז עס געװען. װען דער פֿרישינקער גנבֿ האָט זיך אומגעקערט אין װאַלד אַרײַן, איז ער געװען גוט הונגעריק, האָט ער זיך צוגעכאַפּט צום פֿאַרסמטן עסן און … עס איז באַלד געקומען צום „ברוך דיין אמת‟. די פֿרײלעכע גזלנים האָבן זיך גענומען צום „שהכּל‟, ס’הײסט, צום בראָנפֿן, כּדי אָפּצופּראַװען די שׂימחה. האָבן זײ זיך אױך אָפּגעסמט אױף טױט.
דער פֿעטערטשי זוניע האָט זיך פֿאַרטראַכט אױף אַ רגע, נאָך דעם זיך צעשמײכלט און אַ פֿרעג געטאָן: „נו, קינדערלעך, איצט זעט איר, אַז אַ ייִדיש קינד לױנט ניט צו װערן אַ גזלן?‟
אַך, פֿעטערטשי זוניע, הלװאַי װאָלט איך געקענט ענטפֿערן אױף דײַן פֿראַגע, און הלװאַי װאָלטן פֿון אַלע ייִדישע קינדער אױסגעװאַקסן קרישטאָל רײנע צדיקים, הלװאַי…
נאָר אַזױ װי די מעשׂה איז װאָר, אַזױ זײַנען אַלע מעשׂיות װאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.