Oyneg Shabes

ייִדישע קאַריקאַטור

Yiddish Caricature

  • Print
  • Share Share

מיר פֿירן אײַן אַ נײַעם אָפּטייל אין אונדזער „עונג שבת‟ — פֿון קאַריקאַטורן, סײַ נײַע, סײַ אַמאָליקע. די ייִדישע פּרעסע האָט אַ גרויסע טראַדיציע פֿון קאַריקאַטורן, אַפֿילו זשורנאַלן ספּעציעל געווידמעט קאַריקאַטורן, ווי „דער גרויסער קונדס‟ און „דער קיביצער‟. אונדזער היסטאָריקער אין דעם געביט איז ד״ר עדי פּאָרטנוי פֿון ייִוואָ, וואָס לערנט אויך אין ראָטגערס־אוניווערסיטעט. ער גרייט צו אַ גרויס בוך פֿון ייִדישע קאַרטיקאַטורן, וואָס די גאַנצע ייִדיש־וועלט קוקט אַרויס אויף זײַן דערשײַנען. דערווײַל קענען מיר בלויז שטילן דעם הונגער מיט אַזעלכע קאַריקאַטורן, וואָס פּאָרטנוי נעמט ניט אַרײַן אין זײַן זאַמלונג. אָבער ניט געפֿערלעך: עס זײַנען פֿאַראַן טויזנטער — כאָטש אַ סך זײַנען גאָר שלעכט אָדער אַזוי „פּאָליטיש אומקאָרעקט‟, אַז מע טאָר זיי הײַנט ניט דרוקן…

אונדזער ערשטע קאַריקאַטור איז פֿון „דער גרויסער קונדס‟: אַ בילד ווי דער „פֿאָרווערטס‟ (פֿאַרקערפּערט פֿון אַ גראָבן „אָלרײַטניק‟) שלינגט אײַן דעם אַרבעטער־רינג. דעמאָלט איז דער אַרבעטער־רינג אַרײַן אינעם „פֿאָרווערטס‟־בנין און ס’איז געווען אַ געפֿיל, אַז די „אימפּעריאַליסטישע‟ צײַטונג וויל אַלץ אַרײַנשלינגען.