דעם 13טן יאַנואַר 1948 איז אויף סטאַלינס באַפֿעל דערמאָרדעט געוואָרן דער גרויסער ייִדישער אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס, דער דירעקטאָר פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער „גאָסעט‟ און דער אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. זײַן מאָרד האָט אײַנגעפֿירט די „שוואַרצע יאָרן‟ פֿון רדיפֿות פֿאַר די סאָוועטישע ייִדן, וואָס האָט זיך געענדיקט מיט סטאַלינס טויט אין 1953, כאָטש די מלוכה האָט ווײַטער גערודפֿט די ייִדן און די ייִדישע קולטור צענדליקער יאָרן.
אין דעם דאָזיקן אויסצוג זעט מען מיכאָעלס אין זײַן באַקאַנטסטער ראָלע פֿון קעניג ליר אין דער פּיעסע פֿון שעקספּיר, וואָס איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין 1935. פֿון איין זײַט, איז אַ שאָד, וואָס ס׳זענען געבליבן נאָר די עטלעכע מינוט פֿון אַ פֿאָרשטעלונג וואָס האָט געשמט ווי איינע פֿון די בעסטע אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער. פֿון דער צווייטער זײַט, איז כּדאַי צו געדענקען, אַז פֿון די אַנדערע גרויסע פֿאָרשטעלונג פֿון יענער צײַט, ווי, למשל, „יאָשע קאַלב‟, אויפֿגעפֿירט פֿון מאָריס שוואַרצעס ייִדישן קונסט־טעאַטער, איז קיין פֿילם ניט פֿאַרבליבן בכלל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.